פרעקווענץ

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אין פיזיק, איז די פֿרעקווענץ אדער אפֿטקייט פון א פעריאדישן פענאמען וויפיל פעריאדן גייען אריבער אין אן איינס פון צייט.

מען טוט ניצן דעם סימבאל f פאר פֿרעקווענץ און ער ווערט געמאסטן, אין דער אינטערנאציאנאלער סיסטעם פון איינסן, אין הערץ (Hz); איין הערץ איז א פעריאד פון איין מאל א סעקונדע. צום ביישפיל, דער עלעקטרישער שטראם אין רוב לענדער היינט איז וועקסלשטראם מיט א פרעקווענץ פון 50 הערץ, דאס הייסט, די עלעקטרישע שפאנונג טוישט זיך פעריאדיש מיט 50 פעריאדן יעדע סעקונדע.

דער פֿרעקווענץ פון א כוואליע און איר כוואליעלענג זענען פארבונדן דורכן פארמל:

f = v/\lambda

וואו v איז די גיך און \lambda (לאַמבדאַ) איז די כוואליעלענג. דער פארמל פאר דער פרעקווענץ פון ליכט (און עלעקטראמאגנעטישע) כוואליעס איז f = c/\lambda וואו c איז די גיך פון ליכט.[1]

אנדערע כוואליעס, למשל קלאנג כוואליעס, גייען מיט א קלענערער גיך.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פרעקווענץ


רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. "Frequency of a wave". Science Scope. דערגרייכט דעם 2009-03-04.