גרעגאריאנישער קאלענדאר

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן
2009 אין פֿארשידענע קאלענדארן
גרעגאריאנישער קאלענדאר 2009
MMIX
יידישער לוח ה'תשס"ט - ה'תש"ע
כינעזישער קאלענדאר 4705 – 4706
戊子 – 己丑
4706 איז דאס יאר פֿונעם אקס
עטיאפישער קאלענדאר 2001 – 2002
פערזישער קאלענדאר 1387 – 1388
מוסולמענישער קאלענדאר 1430 – 1431

דער גרעגאריאנישער קאלענדער איז דער לוח וואס איז נוהג אין רוב לענדער פון דער וועלט; ער גייט לויט די גוישע מאנאטן און נישט לויט די יידישע.

ער איז די מערסטע באניצטע לוח סיסטעם היינט צוטאגס אויף דער וועלט.

ער איז א מאדיפאקאציע צום פריערדיגען יוליאנישן קאלענדאר, כדלהלן:

יעדע יאר וואס איז טיילעוודיק מיט 4 איז אן עיבור יאר, אחוץ יארן וואס זענען טיילעוודיק מיט 100; די יארהונדערטער וואס זענען טיילעוודיק מיט 400 זענען אבער יא עיבור יארן. למשל, דאס יאר 1900 איז נישט קיין עיבור יאר; דאס יאר 2000 איז יא אן עיבור יאר;.

ער הייסט נאכן פויבסט גרעגארי וואס האט דאס פאפולער געמאכט.

די יארן דערין זענען אויסגעשטעלט זייט די געבורט פון יאשקע.

מען טוישט די צייכענונג AD צו CE וואס מיינט Common Era. און BC מיט BCE.

אויף אידיש רופט מען דאס "למספרם".