עטיאפישער קאלענדאר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
2012 אין פֿארשידענע קאלענדארן
גרעגאריאנישער קאלענדאר 2012
MMXII
יידישער לוח ה'תשע"ב - ה'תשע"ג
כינעזישער קאלענדאר 4708 – 4709
辛卯 – 壬辰
4709 איז דאס יאר פֿונעם דראַקאן
עטיאפישער קאלענדאר 2004 – 2005
פערסישער קאלענדאר 1390 – 1391
מוסולמענישער קאלענדאר 1433 – 1434

דער עטיאפישער קאלענדאר איז א זון־יאר קאלענדאר פון 365 אדער 366 טעג, וואס איז דער הויפט קאלענדאר פון עטיאפיע, און איז אויך דער רעליגיעזער קאלענדאר פון דער ארטאדאקסישער קירכע פון עריטרעא. דער קאלענדאר איז באזירט אויפן אוראלטן קאפטישן קאלענדאר. דער קאלענדאר האט צוועלף מאנאטן פון דרייסיג טעג, און פינף (זעקס אין אן עיבור־יאר) טעג ביים סוף פון יאר. גענוי ווי דער יוליאנישער קאלענדאר, איז יעדע פערטע יאר אן עיבור־יאר, אן קיין יוצא מן הכלל.

דאס יאר הייבט אן אין סעפטעמבער לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר. די יארן פונעם עטיאפישן קאלענדאר זענען בערך זיבן ווינציקער פונעם גרעגאריאנישן קאלענדאר; למשל, אין סעפטעמבער 2007 האט אנגעהויבן יאר 2000 אינעם עטיאפישן קאלענדאר.

[באַאַרבעטן] וועבלינקען

פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן