פונקציע

פֿון װיקיפּעדיע

אין מאטעמאטיק איז א פונקציע די צופאסונג צווישן צוויי סכומען. איין סכום איז דער עיקרדיקער סכום (אנערקענט ווי ) און דער צווייטער סכום איז א צווייטרייאיקער סכום (אנערקערט ווי ).

די פונקציע אסאציאירט מיט יעדן עלעמענט אינעם עיקרדיקן סכום גענוי איין צופאסטן עלעמענט אינעם צווייטרייאיקן סכום.

ס'איז פאראן אויך אן איינס-אויף-איינס פונקציעס ד"ה, צוויי עלעמענטן פונעם עיקרדיקן סכום טארן נישט האבן איין צופאסטער אינעם צווייטרייאיקן סכום, א. צב"ש, די צופאסטונג צווישן דער מענטש מיט זיין עלטער הייסט א פונקציע, ווייל יעדער מענטש איז א באזונדערער עלעמענט וואס קען זיין צוגעפאסט נאר צו איין עלעמענט אין דער "עלטער" סכום, כאטש וואס דער "עלטער" קען זיין צוגעפאסט צו פארשיידענע מענטשן.

אין מאטעמאטיק, איז אנגענומען צו באצייכענען א פונקציע מיט איינע פון די דריי לאטיינישע אותיות: f, g, h מיט ארום-קלאמערן דעם עלעמענט פונעם עיקרדיקן סכום מיט א גלייכונג סימבאל אין דערמיט, אדער שרייבט מען דאס אָן קלאמערן נאר מיט א ריכטונגצייכן אין דערמיט. צב"ש, אויב מען וויל שרייבן א פונקציע וואס פאסט צו יעדער צאל צו איר קוואדראט, שרייבט מען דאס אזוי: אדער אזוי: וואס מיינט אז יעדער נומער וואס מען פארבייט מיטן פאסטצו צו דער קוואדראטישע צאל פון דעם דאזיקן נומער. אין די צווייטרייאיקע צאל קען זיין סיי וואסערע פארמולעס, ווי צב"ש: : - פאסטצו יעדער נומער מיט דעם זעלבן נומער געטאפלט מיט פינף. דא באדייט x נארוואס אן עלעמענט פונעם סכום X.

אויב וויל מען באגרעניצן די פונקציע צו צווישן די נומערן 3 צו 7, שרייבט מען דאס אזוי: .

גראפישע פונקציעס[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביישפיל פון א גראפישע פונקציע