טעכנאלאגיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

טעכנאלאגיע פון (גריכיש τέχνη טעכנע, 'קונסט, געניטשאפט, מלאכה'; און λογία לאגיאַ, 'זאָגן') זוכט פראקטישע לייזונגען פון פראבלעמען ניצנדיק וויסנשאפט. איינער פון די ערשטע טעכנאלאגישע ערפינדונגען איז געווען דער ראד. שפעטער האט מען ערפינדן דרוקעריי, וואס האט איבערקערט די מלאכה פון מאכן ביכער. מאדערנע טעכנישע ערפינדונגען זענען: קאמפיוטער, אויטא, מאשין, טעלעפאן א.א.וו.

טעכנאלאגיע האט אויך געזען די אנטוויקלונג פון וואפן פון שטעקנס צו נוקלעארע וואפן.

טעכנאלאגיע איז א צוזאמענשטעל פון וויסן, געצייג און אינפראסטרוקטור.

די איינפלוס פון טעכנאלאגיע אויף דער געזעלשאפט אין פארשידענע וועגן. פון איין זייט האט זיך אנטוויקלט די פארגעשריטענע עקאנאמיעס דורך טעכנאלאגיע. פון דער צווייטער זייט זענען פאראן אומגעוואונטשטע ארויסקומען, ווי פארפעסטיקונג פון דער סביבה.

וויסנשאפט, אינזשעניריע און טעכנאלאגיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ס'איז נישט שטענדיק קלאר די אונטערשייד צווישן וויסנשאפט, אינזשעניריע און טעכנאלאגיע. וויסנשאפט איז די שטודיע פון פענאמענען צו פארשטיין בעסער די פרינציפן וויאזוי אונזער וועלט פונקציאנירט. אינזשעניריע איז דער פראצעס פון שאפן געצייג און סיסטעמען ניצנדיק נאטירלעכע פענאמענען כדי מענטשן זאל האבן דערפון א פראקטישן ניץ.

טעכנאלאגיע קומט אפטמאל, אבער נישט אלעמאל, ווי א רעזולטאט פון ביידע וויסנשאפט און אינזשעניריע.


היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אינעם מיטל אלטער האט מען געניצט די פשוטע מאשינען (ווי דער הייבער, דער שרויף און דער בלאק) צו שאפן מער קאמפליצירטע געצייג, ווי די טאטשקע, די ווינטמיל און דער זייגער.

די הויפט אנטוויקלונג פון דער טעכנאלאגיע האט פאסירט ביי דער ענדע פון דעם 19טן יארהונדערט ווען עס האט זיך אנטוויקלט די מאשינען פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע.

ס'איז פאראן עטלעכע סארטן טעכנאלאגיע:

פייער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פייער איז א וויכטיגער קוואל פון ענערגיע. אז מען פארברענט האלץ און האלצקוילן אין א פייער קען מען קאכן עסן. מיט דער צייט האט מען ערפינדן דעם אויוון און דעם בלאזזאק וואס האט געגעבן די מעגלעכקייט צו שמעלצן און קאווען מעטאלן, ווי למשל גאלד, זילבער, קופער און בליי. ארבעטן מיט מעטאלן האט מען אויך אויסגעפונען געשמעלצן ווי בראנדז און מעש.

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]