טעלעוויזיע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אַ גאר אַלטע טעלעוויזיע פונעם יאָר ה'תשי"ט (1959)

טעלעוויזיע איז אַ טעלעקאָמוניקאַציע סיסטעם וואָס ווייזט ווידעאָ: רירנדיקע בילדער ווי די נייעס, פילמען, ספאָרט אא"וו.

די טעלעוויזיע האָט אריינגעברענגט אַ רעוואָלוציע אין דער וועלט, עס האָט באַוויזן אַז ביז איין מינוט קען אַ מענטש וויסן וואָס עס טוט זיך אָפ אין די אַנדערע עק וועלט. עס האָט אויך באַוויזען אַז דער מענטש קען מיטהאַלטן לעבעדיג די נייעס, דאָס הייסט נישט בלויז ער הערט די נייעס, נאָר ער זעט עס באַשיינפערליך מיט זײַנע אויגן.

קודם פלעגן זייט טעלעויזע וואָס זענען געווען בלויז שוואַרץ און ווײַס, בלעק און ווײַט, נישט קאלירטע, מיט דער צייט איז עס געווען מער און מער סאפיסטיקעט, און הײַנט צו טאָג איז דער טעלעוויזע אויפגעארבייט אויף זייער אַ מאדערנע שטאפל, די בילדער זענען שארף און קלאר וואס האט נישט איהר גלייכן, מען זעט אלעס שיין און גוט, נאך אסאך שענער וואס עס איז ארגינאל.


אין די ערשטע יאהרן איז דאס געווען אין יעדע שטוב אבער בלויז אין די צוויליזירטע וועלט, אבער אין די ארימע וועלט זענען געווען אסאך מענשטן וואס האבן נישט דאס געהאט אבער היינט צו טאג ווען מען נישט געפינען אין די גאנצע וועלט א שטוב וואס געפינט זיך נישט א טעלעוויזיע, דאס גאנצע לעבן פון א מענטש אויף די וועלט איז וואס ער זעט אין די טעלעוויזיע, צופרי און ביינאכט פארן לייגן וועט ער געבן א בליק אויף די טעלעוויזיע צו וויסן דעם וועטער מארגן, אדער די לעצטע נייעס, אויך אויב האט ער איבעריג צייט וועט ער כאפן א בליק מיט צו האלטען א פילם אדער א ספארט, א שאוי פון א זינגער, און אזוי פארשידענע סארט פראגראמען.

ארגינעל פלעג מען טראנסמיטירן טעלעוויזיע סיגנאלן וואס די באניצער קענען כאפן מיט אן אנטענע. מיט דער סיסטעם גיט ארויס א סטאנציע איין פראגראם נאך אנאנד, אבער נאר איינס אויף א מאל. היינט זענען אויך פאראן קאבל-טעלעוויזיע און סאטעליט-טעלעוויזיע וואס דערלויבן אן אויסקלייב פון פראגראמען.

יידישקייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די פרומע רבנים האבן פארבאטן צו האלטן אין שטוב א טעלעוויזע, און זיי שרייבן זייער שארף אז לויט די דיני התורה טאר מען אפילו נישט בלויז קוקן טעלעוויזע, דאס איז נישט בלויז צוליב איהר פרעמדע קולטער וואס דאס ווייזט, נאר וויבאלד, עס איז זייער א אפענע פרייע וועג, עס ווערט דארט געזעהן אסאך אויסגעלאסענע מענטשן, מיט אסאך חלקים פון די קערפער וואס איז אויפגעדענקט, און לויט די אידישע הלכה איז דאס אין כלל פון ראיות אסורות און אסאך מאל איז עס ממש גילוי עריות, אויך זעט מען דארט אלע סארט גלויבנס וואס מענטשן אין אלע עקן וועלט האלטן וואס איז גאט און דאס איז עבודה זרה, אויך געוויינט דאס צו דעם מענטש צו שפיכות דמים, וויבאלד מען ווייזט דארט לייעוו לעבעדיג ווי אזוי מענטשן ווערן געשאסן און גע'הרג'ט, און אויך אלע פילמס זעט מען ווי מען שיסט מענטשן און דאס געוויינט צו דעם מענטש צו שלעכטז.