אינטערנאציאנאלע קאסמאס סטאנציע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

די אינטערנאציאנאלע קאסמאס סטאנציע איז די גרעסטע מענטשליך געבויטע סאטעליט וועלכע שוועבט אין קאסמאס און איז א פראיעקט צווישן א רייע מאדערניזירטע לענדער אין שפיץ פון אמעריקע און רוסלאנד.


היסטאריע [באַאַרבעטן]

די אינטערנאציאנאלע קאסמאס סטאנציע האט זיך אנגעהויבן אויפ'ן פארלאנג פון פרעזידענט ראנאלד רעיגן אין 984'. רעיגן האט איינגעלאדענט 14 לענדער צו ווערן א טייל פון די אינטערנאציאנאלע קאסמאס צענטער מיט'ן תנאי אז יעדער וועט צוהעלפן דאס צו בויען. די לענדער זענען געווען: קאנאדע, יאפאן, בראזיל, און די אייראפעאישע קאסמאס קאמיסיע וועלכע אנטהאלט די לענדער בריטען, פראנקרייך, דייטשלאנד, בעלגיע, איטאליע, די נעדערלענדס, דענמארק, נארוועגן, שפאניע, שווייץ, און שוועדן.

ווען די סאוויעט פאראיין איז צוזאמענגעפאלן איז רוסלאנד איינגעלאדענט געווארן צו ווערן א הויפט טייל פון די אינטערנאציאנאלע קאסמאס צענטער.

אמעריקע און רוסלאנד זענען די הויפט בויערס פון די סטאנציע און די אנדערע לענדער בויען קליינע טיילן דערפון. דער קאסמאס צענטער איז נאך אלץ נישט פארטיג אבער עס האלט שוין נענטער ווי ווייטער. די קאסמאס צענטער, ווען פארענדיגט, וועט זיין 290 פיס לאנג, 356 פיס ברייט, 143 פיס הויך און וועט וועגן א מיליאן פונט. אלעס אינאיינעם וועט דער קאסמאס צענטער האבן די פלאץ וואו צוויי 747 דזשאמבאו דזשעטס.

די ספעיס צענטער ווערט געבויט אין קאסמאס און עס פליט שוין ארום דארט זינט 98' האלב געענדיגט. די אינטערנאציאנאלע קאסמאס סטאנציע פליט אויף א הויכקייט פון בערך 250 מייל העכער דעם עקוואטאר.

די ארבעט גייט אן אין גרויסן און אלעס אינאיינעם וועט עס נעמען 44 קאסמאס מיסיעס, מיט א סך הכל פון 1,950 ארבעט שעות דורך אסטראנאטן ביז עס וועט פארטיג ווערן, געשאצט די פריסטע אין 2008. ווען פארטיג וועט עס האבן אפגעקאסט 35 ביליאן דאלאר און וועט לעבן 10 יאר אן קיין פראבלעמען.

פונקציעס [באַאַרבעטן]

די אינטערנאציאנאלע קאסמאס צענטער וועט בעיקר גענוצט ווערן אלס א פלאץ וואו אסטראנטאן וועלן קענען וואוינען פאר א לענגערע צייט צו שטודירן סייענטיפישע זאכן וועלכע וואלט געדויערט פיל לענגער צו טאן אונטן אויף די ערד. וואס נאך מען וועט טאן מיט די ספעיס צענטער איז דערווייל אומבאקאנט. טייל מענטשן רעדן פון קאסמאס טוריזם אבער דערווייל האלט מען נאך ווייט דערפון.

yk:Ibùdó-ọkọ̀ Lófurufú Káríayé