אוואקאדא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אוואקאדא
אן אוואקאדא דורכגעשניטן אין צוויי
אן אוואקאדא דורכגעשניטן אין צוויי
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: פלאנצן
אָפטייל: בליענדיקע פלאנצן
קלאַס: Magnoliids
סדר: Laurales
פֿאַמיליע: Lauraceae
מין: Persea
זגאַל: P. americana
סינאנימען

Persea gratissima

אַוואָקאַדאָ איז דער נאָמען פון א טראָפּישע פרוכט, דער פרוכט-בוים זעלבסט ווערט אויך אנגערופן מיטן זעלבן נאמען.

דער אפשטאם פון דעם אוואקאדא איז פון מעקסיקא און פון צענטראל אמעריקע, פון דארט איז דער אוואקאדא פארשפרייט געווארן קיין צפון אמעריקע, אפריקע, אזיע און ארץ ישראל.

אין די פאראייניגטע שטאטן איז ער געווענליך גאנץ טייער.

דער פארעם פון דעם אוואקאדא איז ענליך צו דעם פארעם פון א באר. ער האט א גרינעם קאליר און איז רייך מיט פעט שטאפן, ספעציעל ווען ער איז קאמפלעט צייטיג. די פרוכט ווערט געקליבן פון בוים ווען ער איז נאך הארט, און ווערט ערשט פאסיג צום עסן ווען ער איז ווייעך.

אן אויפגעשניטענער אוואקאדא ווען ער קומט אין בארירונג מיט לופט, ווערט עס שנעל ברוין - גלייך ווי קארטאפל. אבער עס אפעקטירט נישט דעם טעם.

מען קען עס עסן אזוי ווי עס איז, אבער אין אלגעמיין נוצט מען עס אלס שמיר אויף ברויט אדער אנדערע מזונות. אויך איז אוואקאדא סאלאט געמישט מיט לימענע זאפט און געווירצן זייער פאפולער ביי די מזרח אפשטאמיגע.

באקאנטע ראסן אין ארץ ישראל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • "עטינגער" (Ettinger)
  • "פֿוערטע" (Fuerte)
  • "האס" (Hass)
  • "נאַבאַל" (Nabal)
  • "ריד" (Reed)

וויטאמינען און מינעראלן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אוואקאדא איז זייער א געזונטע פרוכט ווייל עס האט אסאך אמעגא דריי.

בדיקת תולעים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין דעם אוואקאדא איז געווענליך נישט פארהאן קיין אינסעקטן (שרצים) אדער ווערים, דערפאר לױט דער הלכה דארף מען זיי נישט קאנטראלירן. אויב אבער עס איז פארהאן קענטליכע סימנים צו קלערן אז יא, מוז מען עס קאנטראלירן פאר מען עסט אים.

מצוות התלויות בארץ[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער אוואקאדא איז פון די פרוכט וואס וואקסט אין א ברייטן פארנעם אין ארץ ישראל, און מען דארף מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות, שמיטה און ערלה.

שמיטה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער דאטום וואס פאלט אויף דעם אוואקאדא די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון חודש אב פון דעם זיבעטן יאר, ביז אין מיטן אלול דעם אכטן יאר. אנפאנג אלול פון דעם זיבעטן יאר הייבט זיך אָן דער סעזאן פון די פרי-צייטיגע ראסען, ווי דער עטינגער און דער פוערטע, אנפאנג דעם אכטן יאר הייבט זיך אָן דער סעזאן פון דער ראסע האס, אומגעפער חנוכה דעם אכטן יאר, הייבט זיך אָן דער סעזאן פון דער ראסע נאַבאַל, דער סעזאן פון די ראסע ריד הייבט זיך אן אדר פון דעם אכטן יאר.

ברכה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

מען מאכט דערויף א בורא פרי העץ.

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • אנציקלופדיה לכשרות המזון