קארטאפל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
קארטאפל
קארטאפל-גאנץ און געשניטן
קארטאפל-גאנץ און געשניטן
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: פלאנצן
(unranked): Angiosperms
(unranked): Eudicots
(unranked): Asterids
סדר: Solanales
פֿאַמיליע: Solanaceae
מין: Solanum
זגאַל: S. tuberosum
בינאמינאלישער נאמען
Solanum tuberosum
L.
קארטאפל

דער קארטאפל אדער דזשעמיקע (פויליש-יידיש) אדער פּאָטעיטאָ (ענגליש-יידיש) אדער בולבע (וויסנשאפטלעכער נאמען: Solanum tuberosum) איז א געוויקס פון די נאכטשאטן פאמיליע סאָלאַנאַצעאיי (Solanaceae). די קנאלן וואס פארמען זיך פון זיינע שטענגלעך וואס לויפן אונטער-ערד, ווערען געניצט צום עסן.

דער קארטאפל איז זייער רייך אין קראָכמאַל (סטאַרטש), און ווערט פאררעכענט אלס איינע פון די הויפט שפייזונגס מיטלן צוזאמען מיט ברויט אין רייז.

עס איז אנגעקומען צום ערשטן מאל אין אייראפע פאר נאנט צו 500 יאר צוריק, דורך שפאנישע מאטראזן.

איבער 100 ערליי קארטאפל זענען פאראן, אין פארשידענע מאָסן, פאָרמען און קאלירן. טראץ דעם אונטערשיד אין טעם און אויסזען, זענען זיי אלע אייניג נארהאפטיג און געזונט.

אין די לעצטע פאר הונדערט יאר איז קארטאפל שטארק פארשפרייט געווארן צוליב זיין נארהאפטיגקייט.

עס איז פאררעכנט אלס א מיטגליד אין די נאכטשאטן פאמיליע, וואס שליסט אויך איין אבערזשין (עגפּלענט) און טאמאטעס. עס אנטהאלט אויך א קליינע מאס אַטראָפּין. דער סובסטאנץ איז גיפטיג אין גרויסע קוואנטומס, אבער אין קליינע מאסן האט עס א ווירקונג קעגן ספּאַזמען. דאס הייסט אז קארטאפל איז א רפואה פאר בויך ווייטאג און קרעמפן.

ברכה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די אלעגעמיינע פירונג איז צו מאכן אויף דעם קארטאפל א בורא פרי האדמה, ס'איז אבער פאראן ערטער צ.ב.ש. ראפשיצער און צאנז (הויף)ער חסידים וואס מאכן א שהכל .

בדיקת תולעים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין דער קארטאפל איז געווענליך נישט פאראן קיין אינסעקטן (שרצים) אדער ווערים, דערפאר לױט דער הלכה דארף מען זיי נישט קאנטראלירן. אויב אבער איז פארהאן אנצייגונגן פון פלעקען דארף מען עס דארט קאנטראלירן.

מצוות התלויות בארץ[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די קארטאפל וואס וואקסט אין ארץ ישראל דארף מען מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות און שמיטה.

שמיטה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער דאטום וואס פאלט אויף דער קארטאפל די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון חודש חשוון פון דעם זיבעטן יאר, ביז חנוכה פון דעם אכטן יאר.

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • אנציקלופדיה לכשרות המזון