לדלג לתוכן

יידישע מיליטערישע פאראייניקונג

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון Żydowski Związek Wojskowy)
חורבן אייראפע
פריערדיגע עלעמענטן
נירנבערגער געזעצן ·

T-4 פראגראם · קאצעט

אידן
די נאצישע דייטשלאנד
פאגראמען: קריסטאל נאכט · יאסער פאגראם
יעדוואבנער פאגראם · לעמבערגער פאגראם
געטאס: בודאפעשט, ווארשע, ווילנע

טערעזיענשטאט, לאדזש, לעמבערג, קראקע

איינזאצגרופען: באבי יאר, רומבולע
פאנאר, אדעס
ענדגילטיקע לײזונג וואנזע קאנפערענץ
ריינהארד אקציע
טויט לאגערן: בעלזשיץ, כעלמנא, סאביבאר, מיידאנעק,
טרעבלינקע, אוישוויץ, יאסענאוואץ, קאלדיטשעוו
ווידערשטאנד: ŻOB · ŻZW
געטא אויפשטאנדן: (ווארשע · ביאליסטאק)
סוף מלחמה: טויט מארשן
בריחה· שארית הפליטה יידן
אנדערע קרבנות
פאראנטווארטליכע פארטייען
נאצי: אדאלף היטלער · היידריך ·
אייכמאן · היינריך הימלער · עס.עס. · געשטאפא
קאלאבאראציער
נירנבערג געזעצן · דענאציפיקאציע
ליסטעס
ליסטע פון איבערגעבליבענע
ליסטע פון אלע קדושים · ראטעווערס
רעסורסן

די יידישע מיליטערישע פאראייניקונג (פּויליש: Żydowski Związek Wojskowy, העברעיִש: ארגון צבאי יהודי) איז געווען אן ארגאניזאציע פון יידישע פוילישע זעלנער אין דער ווארשעווער געטא.

די ארגאניזאציע איז געגרינדעט געווארן מיט יארן פריער, אבער מיטן געדאנק צו קומען קיין פאלעסטינע, און אויסקעמפן א יידישע מדינה, די אצ"ל האט דעריבער אנגעפירט מיט געהיימע מישטירונג לאגערן אין פוילן, ווי יוגנטליכע פון בית"ר האבן זיך אויסמישטירט, און דערנאך פרובירט צו קומען קיין פאלעסטינע.

א גרויסע טייל פון די יונגען, האבן געדינט אין דער פוילישער ארמיי, און דערנאך זיך אנגעשלאסן אין בית"ר, דער פרעזידענט פון בית"ר איז געווען זאב זשאבאטינסקי,

ווען דייטשלאנד האט איינגענומען פוילן, און אריין אין ווארשע, האבן זיך די מיטגלידער צוזאמגענומען, און זיי האבן זיך גענומען באוואפענען, איידער די אויפשטאנד האט זיך אנגעפאנגען, זענען געווען פארהאנדלונגען, אז זיי זאלן זיך פאראייניקן מיט די יידישע קאמף ארגאניזאציע (יק"א), אבער עס האט קיינמאל נישט פאסירט, אבער ביים אויפשטאנד האבן זיי געארבעט צוזאמען, זייערע וואפן זאפאסן זענען געווען בעסער ווי די פון יק"א, זיי האבן געהאט איין אויטאמאטישע מאשין געווער, וואס איז געעוען גרויס, און עטליכע קליינע, בעת די אנדערע האבן קיין קליינע אויך נישט געהאט, נאר ווען זיי האבן אומגעברענגט נאציס, האבן זיי צוגענומען זייער געווער.

ביים אויפשטאנד איז דער ארגאניזאציע באשטאנען פון עטליכע קלענערע גרופעס פון ברית החייל, קאמוניסטן, און זעלבסטשטענדיקע קעמפער,

דעטאלן פון די גרופע איז זייער פארנעפלט, וויפיל מענטשן האבן זיי געהאט, ווי זיי האבן געקעמפט אין דער געטא, אפאר הונדערט קעמפער האבן זיי זיכער געהאט, מאנכע זאגן אז זיי זענען געווען גרעסער פון יק"א, ווייל יק"א האט אייביג געהאט א מאנגל אין געווער, און זיי האבן געהאט א גרעסערע זאפאס פון געווער און אמוניציע.

דער קאמאנדיר פון דער גרופע האט געהייסן פאוועל פרענקעל, אנדערע מענטשן וואס האבן געפירט די יידישע מיליטערישע פאראייניקונג זענען אונטער מיינונגס פארשידענהייטן, אבער דאס ווייסט מען אז די שלאכטן אויף מארנאווסקא גאס, טויער און צענטער, האבן זיי געפירט, פאר איבער צוויי טעג, אנדערע טענהן פאר פיר טעג.

וויבאלד רוב מענטשן פון די גרופע זענען אומגעקומען, און טיילווייז איגנארירט געווארן דורך היסטאריע שרייבער, איז זייער געשיכטע פארגעסן געווארן, און די מענטשן וואס האבן געוואוסט לעבן שוין נישט, איז פונקטליך וואס איז פארגעגאנגען וועט מען קיינמאל נישט וויסן.