בית"ר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

בית"ר איז א יוגנט ארגאניזאציע, געגרינדעט דורך זאב זשאבאטינסקי, די ראשי תיבות איז ברית טר'ומפעלדור, אויפן נאמען פון יוסף טרומפעלדאר, וואס איז געפאלן העראאיש ביים באשיצן דאס דארף תל חי.

די ציל פון דער ארגאניזאציע איז אויפצושטעלן א יידישע יוגנט וואס קעמפט פאר א יידישן זעלבסטשטענדיקן לאנד, די בית"ר קעמפער זענען געווארן באוואוסט אלס די אצ"ל אין ישראל, די לח"י, יידישע רעזיסטאנס קעמפער, אין פראנקרייך ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, און מיליטערישע יידישע פאראייניקונג, וואס האט געקעמפט אין דער ווארשעווער געטא.