לדלג לתוכן

קלעמענט אטלי

פֿון װיקיפּעדיע
קלעמענט אטלי
Clement Attlee
געבורט 3 יאנואר 1883
פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 8 אקטאבער 1967 (אלט 84)
פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט וועסטמינסטער אבי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פאליטיקער, דיפלאמאט, פראפעסאר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

קלעמענט ריטשארד אטלי (ענגליש: Clement Richard Attlee)‏ (3טן יאנואר 1883 – 8טן אקטאבער 1967) איז געווען א בריטישער לייבאר פאליטיקער וואס איז געווען פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך פון 1945 ביז 1951, און פירער פון דער לייבאר פארטיי פון 1935 ביז 1955.

זיין רעגירונג האט אדורכגעפירט א פאליטיק לויט דער שיטה פון קינז, געבויט אויף פולן באארבעטן און ברייטע סאציאלע דינסטן. זיי האבן אויך נאציאנאליזירט די הויפט אינדוסטריעס און אויפגעשטעלט די נאציאנאלע געזונטהייט דינסט.

אין אויסערן פאליטיק האט זיין רעגירונג געענדיגט די קאלאניזאציע פון א גרויסן טייל פון דער בריטישער אימפעריע מיט דער זעלבשטענדיקייט פון אינדיע, פאקיסטאן, בורמע, סילאן און יארדאניע. אויך האט געענדיגט דער בריטישער מאנדאט אין פאלעסטינע מיט דעם שאפן פון דאס לאנד ישראל.

אטלי איז געבוירן אין פאטני, לאנדאן, דער זיבעטער פון אכט קינדער, צו זיין פאטער הענרי אטלי, אן אדוואקאט, און זיין מוטער עלן ברעווערי וואטסאן.

פֿריערדיגער:
ווינסטאן טשערטשיל
פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך
1945 - 1951
נאָכפֿאלגער:
ווינסטאן טשערטשיל