טערעזא מיי
![]()
|
טערעזאַ מערי מיי (ענגליש: Theresa Mary May; געבוירן ברעזיער , דעם 1טן אקטאבער 1956) איז א בריטישע פאליטיקערין. זי איז געווען די פרעמיער מיניסטארקע פונעם פאראייניגטן קעניגרייך פון יולי 2016 ביז יולי 2019. זי איז א דעפוטאט פון דער קאנסערוואטיווער פארטיי. פריער האט זי געדינט ווי אינערן מיניסטארקע.
זי איז א דעפוטאט אינעם הויז פון קאמאנס (MP) פאר דער מיידנהעד וויילערשאפט.
ביאגראפיע
זי איז געבוירן געווארן אין איסטבארן, סאסעקס, און איז אויפגעוואקסן אין אקספארדשיר.[1][2]
אום 6טן סעפטעמבער 1980 האט זי געהייראט פיליפ דזשאן מיי. זיי האבן נישט קיין קינדער. אין 2013 איז זי געווארן דיאגנאזירט מיט טיפ 1 צוקערקרענק.
פאליטישע דערפארונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
זי איז ערשט געווארן א קאנסערוואטיווע דעפוטאט ביי די אלגעמיינע וואלן פון 1997. זי איז געווארן פראמאווירט צום שאטן קאבינעט אין 1999. פון יולי 2002 ביז נאוועמבער 2003 איז זי געווען פארזיצערין פון דער קאנסערוואטיווער פארטיי.
אום 12טן מיי 2010 איז זי געווארן אינערן מיניסטארקע, און זי האט געהאלטן דעם אמט ביז 2016, לענגער ווי יעדן אין די לעצטע צוויי יארהונדערטער.
רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
פֿריערדיגער: דייוויד קאמעראן |
פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך 2019 - 2016 |
נאָכפֿאלגער: באריס זשאנסאן |
וואלפאל · פעלהאם · ניוקסאל · דעוואנשיר · ביוט · דזשארדזש גראנוויל · ראקינגהאם · פיט דער פאטער · גראפטאן · נארד · ראקינגהאם · שעלבערן · פארטלאנד · פיט דער זון · עדינגטאן · פיט דער זון · וויליאם גראנוויל · פארטלנד · פערסיוואל · ליברפול · קנינג · גודריץ' · ולינגטון · גריי · מעלבארן · ולינגטון · פיל · מעלבארן · פיל · ראסל · דארבי · אברדין · פאלמערסטאן · דארבי · פאלמערסטאן · ראסל · דרבי · ד'יזראעלי · גלאדסטאן · ד'יזראעלי · גלאדסטאן · סאלסבורי · גלאדסטאן · סאלסבורי · גלאדסטאן · ראזבערי · סאלסבורי · באלפור · קאמפבל-באנערמאן · אסקוויט · לויד דזשארדזש · באנאר לא · באלדווין · מאקדאנאלד · באלדווין · מאקדאנאלד · באלדווין · טשעמבערליין · טשערטשיל · אטלי · טשערטשיל · אידן · מאקמילן · דאגלעס-היום · ווילסאן · היט · ווילסאן · קאלאגהאן · טאטשער · מיידזשער · בלער · ברוין · קאמעראן · מיי · זשאנסאן | |