רישי סונאק

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רישי סונאק
Rishi Sunak
Official portrait of Rishi Sunak crop 2.jpg
געבורט 12 מאי 1980 (אלט 40)
פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה Flag of the United Kingdom.svg פאראייניגטע קעניגרייך
פארטיי קאנסערוואטיוו פארטיי (פאראייניגטע קעניגרייך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.rishisunak.com
שאצקאנצלער
13 פעברואר 2020 – אמטירט
(52 וואכן)
מיטגליד פון פארלאמענט פאר ריטשמאנד (יארקס) דיסטריקט
7 מאי 2015 – מכהן
(5 יאר און 40 וואכן)
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg

רישי סונאַק (ענגליש : Rishi Sunak; געבוירן דעם 12טן מאי 1980) איז א בריטישער פאליטיקער, א מיטגליד פון דער קאנסערוואטיווער פארטיי, וואס רעפרעזענטירט דעם ריטשמאנד (צפון יארקשיר) וויילדיסטריקט אינעם פֿ״ק פארלאמענט. ער דינט ווי שאצקאנצלער אין באָריס זשאנסאנ׳ס קאַבינעט זייט פעברואר 2020.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

סונאק איז געבוירן געווארן אין האמפשיר, דער זון פון עלטערן פון אינדישן אפשטאמונג. זיין פאטער איז געווען אן אַלגעמיינער דאקטער אין דער נאַציאנאַלער געזונט באדינוג און זיין מוטער האט געפירט איר אייגענעם אַפּטייק.

ער האָט געלערנט אין ווינטשעסטער קאָלעדזש, און דערנאך אין אָקספֿאָרד אוניווערסיטעט, און איז געווארן באלוינט מיט א פולברייט סטיפענדיע פֿאַר ביזנעס אַדמיניסטראַציע אין סטאַנפֿאָרד אוניווערסיטעט אין די פאַרייניגטע שטאַטן. ער איז דער גרינדער פון די TCI איינצאם פֿאנד.

אין די 2015 אלגעמיינע וואלן אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך, איז ער ערוויילט געווארן צו רעפרעזענטירן ריטשמאנד (יארקשיר) אין דעם הויז פון קאמאנס, נאכן געווינען א מערהייט פון 51.4%. אין די פֿ״ק אַלגעמיינע וואַלן אין 2017 האט ער געווינען נאך א קאדענץ מיט אַ מערהייט פון 63.9%. ער האט געדינט ווי אַ מיטגליד פון דער סביבה, עסן און דאָרפישע געגנטן קאַמיטעט.

אין יאנואר 2018 האט מען אים באשטימט דעפּוטאַט מיניסטער פון באוואוינונג, געמיינדעס און לאקאלער רעגירונג אין דער רעגירונג פון טערעזאַ מיי . אין יולי 2019 איז ער געווארן הויפּט סעקרעטאַר פונעם שאצקאמער (דער צווייט־וויכטיקסטער מיניסטער אין דעם בריטישן שאצקאמער).

אום 20סטן פעברואר 2020, האט מען אים באשטימט שאצקאנצלער אין דעם קאַבינעט פון באָריס זשאנסאן.

סונאק איז געהייראט צו אקשאטא מורטי, טאָכטער פון דעם גרינדער פון אינפֿאסיס, נ. ר. נאראיאנא מורטי און דער שריפשטעלערין סודא מורטי. זיי זענען די עלטערן פון צוויי טעכטער.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: רישי סונאק