לדלג לתוכן

שאצקאנצלער

פֿון װיקיפּעדיע
שאצקאנצלער
The Chancellor of the Exchequer
אפיציעלע וועבזייטל

דער שאַצקאַצלער (ענגליש: Chancellor of the Exchequer),[a] איז אַ הויך ראַנגיקער מיניסטער פון דעם קרוין אין דער רעגירונג פונעם פֿאַראייניגטן קעניגרייך, דער הויפט פון דעם קעניגינ׳ס שאצקאמער. ער דער שאצקאנצלער איז אַ הויכער מיטגליד אין דעם בריטישן קאַבינעט .

ער איז פאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר אַלע עקאָנאָמישע און פֿינאַנציעלע ענינים; די ראָלע איז גלייך צו פינאַנץ מיניסטער אין אנדערע לענדער. דער קאנצלער איז איצט אלעמאל צווייטער האר פונעם שאצקאמער אלס איינער פון אמווייניגסטנס זעקס לארדס קאמישאנערן פונעם שאצקאמער. אין די 18טן און אנהייב 19טן יארהונדערטער איז אפט פארגעקומען אז דער פרעמיער מיניסטער זאל אויך דינען אלס שאצקאנצלער, אויב ער איז געזעסן אין די קאמאנס; דער לעצטער קאנצלער וועלכער איז געווען גלייכצייטיק פרעמיער מיניסטער און שאצקאנצלער איז געווען סטאנלי באלדווין אין 1923.


  1. This is used in almost all cases, including formal uses, for example in Parliament where it is common to refer to the position as 'Mr Chancellor of the Exchequer'. An example use of the full title is on writs appointing people to offices in the Manor of Northstead or the Chiltern Hundreds.