לדלג לתוכן

בריטישע אימפעריע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון בריטישער אימפעריע)

די בריטישע אימפעריע איז דער נאמען וואס איז געגעבן געווארן צו דעם פאראייניגטן קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד מיט אירע הונדערטער קאלאניעס, סימבאליזירנדיג איר מאכט און גרויסקייט. די בריטישע אימפעריע האט אין די אנפאנג 1900 יארן געהאט אונטער זיך 20 פראצענט פון דער וועלט'ס לאנד און 400 מיליאן מענטשן.

די בריטישע אימפעריע האט זיך לאנגזאם געגערינדט ווען הונדערטער בריטישע פארשערס האבן זיך ארויסגעלאזט אויף שיפן איבער'ן ים און געזוכט עפעס פריש. יעדע אינזל וואס זיי האבן געפינען האבן זיי דורכגענישטערט אויב עס איז פאראן עפעס ווערד אין איר. אויב יא האט די בריטישע רעגירונג באלד גענומען קאנטראל אויפ'ן אינזל און אנגעהויבן האנדלען מיט די סחורה וואס דארט איז געוועזן. די ערטשע אינזלען אויף וועלכע די בריטישע האבן גענומען קאנטראל זענען געווען די קאראיבישע אינזלען וועלכע זענען נישט ווייט פון אמעריקע. די אינזלען האבן געהאט אסאך ווערט און מענטשן האבן זיך אנגעהויבן ארייציען אהין און באלד אנגעהויבן צו האנדלען.

בריטאניע איז נישט געווען די איינציגסטע אימפעריע אין אירע גוטע יארן. אויך פראנקרייך און שפאניע האבן געטאן דאס זעלבע און האבן גענומען פעטע שטיקער פון נארט אמעריקע וועלכע איז געווען געבענטש מיט עטליכע זאכן.

די דריי אימפעריעס האבן זיך שטענדיג געריסן און געקריגט איבער א שטיקל לאנד, יעדער וועלנדיג פארברייטערן איר אימפעריע. בריטאניע איז געווען אויסגעצייכנט אין אירע מלחמות און האט באוויזן צו באזיגן פראנקרייך און שפאניע מערערע מאל, ווערנדיג אלס גרעסער און גרעסער און איז טאקע געווען די גרעסטע אימפעריע אין דער היסטאריע.

ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה איז די בריטישע אימפעריע געווען אפגעשוואכט און האט נישט געקענט פארטיידיקן אירע קאלאניעס אין דרום אזיע. צוליב דעם, האבן מורא פון אן אטאקע דורך יאפאן, האבן אויסטראליע און ניו זילאנד אויפגעשטעלט אין 1951 דעם אנזוס זיכערהייט אפמאך מיט די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע.