פרשת כי תצא
מראה
פרשת כי תצא איז די זעקסטע סדרה אין ספר דברים. די סדרה האט די מערסטע צאל מצוות פון אלע סדרות אין דער תורה.
מען לייענט פרשת כי תצא דעם צווייטן שבת פון חודש אלול,(דאס הייסט, ט' אלול, י"א אלול, י"ג אלול אדער י"ד אלול).
אינהאלט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין דער סדרה ווערט דערמאנט:
- דינים פון מלחמות
- א בכור באקומט א טאפלטע ירושה
- בן סורר ומורה
- פארשידענע דינים לגבי חתונה האבן, און וועגן געבן א גט
- כלאים
- הלכות בין אדם לחברו
הפטרה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מען לייענט די הפטורה ״רני עקרה״ (ישעיה קאפיטל נ״ד), די פינפטע פון די זיבן הפטורות פון נחמה.
אין א יאר פון סארט בשז, גכז אדער הכז, לייענט מען פרשת ראה אום ראש חודש אלול און דעמאלסט לייענט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש. דערפאר זענען רוב אשכנזים נוהג צו לייענען די הפטורה פון פרשת ראה (וואס איז א המשך פון דער הפטורה פון פרשת כי תצא) נאך דער הפטורה פון כי תצא כדי משלים זיין די זיבן הפטורות פון שבע דנחמתא.[1]
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ הרב אפרים זלמן מרגליות, מטה אפרים, סימן תקפ"א, סעי׳ ה׳, ווארשע, תרס"ו, ביי HebrewBooks
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
פרשת השבוע | ||
---|---|---|
ספר בראשית | ||
ספר שמות | ||
ספר ויקרא | ||
ספר במדבר | ||
ספר דברים |