פאלטאווע
|
פאלטאַווע (אוקראיניש און רוסיש: Полта́ва; פּויליש: Połtawa) איז א שטאָט אין צענטראל־אוקראינע, דער אדמיניסטראטיווער צענטער פון דער פאלטאווער גובערניע און פונעם פאלטאווער ראיאן. עס געפינט זיך אויפן ווארסקלע טייך און אויף דער כארקאוו - קיעוו באן ליניע. די באפעלקערונג איז אומגעפער 287,135 אין 2024.
די שטאט האט א יידישע געמיינדע.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין 1174. נאך דער לובלינער פאראייניקונג איז פאלטאווע אריבער אין פוילן, ביז 1667 ווען גאנץ אוקראינע מזרח פונעם דניעפער איז אריבער צו רוסלאנד.
נאכן טיילן פון פוילן זענען געקומען צו דער שטאט א שטראם פון יידן, וואס זענען געווארן א חשובער טייל פון דער שטאט.
אין 1900 האבן געוואוינט אין פאלטאווע 10,954 יידן.[1]
טראנספארט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פאלטאווע האט צוויי הויפט באן סטאנציעס, מיט באן פארבינדונגען קיין קיעוו, כארקעוו און קרעמענטשוג.
צווילינג שטעט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פאלטאווע האט די צווילינג שטעט:
- קאשאלין, פּוילן (1958)
- וועליקא טארנאווא, בולגאריע (1963)
- פילדערשטאט, דייטשלאנד
- אסטפילדערן, דייטשלאנד
- לובלין, פּוילן
- ניס, פראַנקרײך
- באראנאוויטש, בעלאַרוס
- Irondequoit, ניו יארק, פאַראייניקטע שטאַטן
- כימקי, רוסלאַנד