יעקב פרידמאן
געבורט |
24 נאוועמבער 1878 באהוש, רומעניע | |
---|---|---|
טויט |
23 אקטאבער 1956 (אלט 77) תל אביב-יפו, ישראל | |
קבורה ארט | טבריה | |
פאך | רב | |
רבי יעקב פרידמאן (כ"ה חשוון ה'תרל"ח - י"ח חשוון ה'תשי"ז טבריא), פון הוסיאטין און תל אביב.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקב איז געבוירן אין באהוש כ"ה חשוון ה'תרל"ח [1], צו זיין פאטער הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת שיינא רחל א טאכטער פון הרב דוד האגער פון זאבלאטאוו א זון פון אהבת שלום פון קאסאוו, און אן איידעם פון רבי משה לייב סאסאווער.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין חתונה האט רבי יעקב געגעסען קעסט ביי זייין שווער אין הוסיאטין, אין געזעצען אין געלערנט מיט איין אויסנאמע פלייסיגקייט, ווי איינער וואס קען זיך נישט אנזעטיגען. ביי די ערשטע וועלט קריג איז ער אריבער קיין פראנקפורט, און פון דארט קיין וויען. אין יאר ה'תרצ"ז איז ער ארויף קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין שווער.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקב איז נפטר געווארן י"ח חשוון ה'תשי"ז, און ליגט אין טבריה.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקב האט געהייראט מרת חיה שרה רחל, א טאכטער פון הרב ישראל פרידמאן, פון הוסיאטין. זייערע קינדער:
- הרב יצחק פרידמאן (ה'תר"ס - ט' אלול ה'תשכ"ח), דער לעצטער הוסיאטינער רבי, ער ליגט אין טבריה.
- מרת נחמה גיטל מרים, די ווייב פון הרב יעקב יהושע העשיל בוימינגער.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (23)
- ↑ נר ישראל, א.ל.ג. ה'תרל"ט