לדלג לתוכן

חיפה בת גלים באן סטאנציע

פֿון װיקיפּעדיע
באן סטאנציע
חיפה בת גלים
אריינגאנג צו בת גלים באן סטאנציע
לאקאציע בת גלים, חיפה
פֿארוואלטער ישראל באנען
געעפנט 1975
פעראנען 2
קאארדינאטן 32°49′49″N 34°58′55″E / 32.8304°N 34.9819°E / 32.8304; 34.9819קאארדינאטן: 32°49′49″N 34°58′55″E / 32.8304°N 34.9819°E / 32.8304; 34.9819

חיפה בת גלים באן סטאנציע (העברעיִש: תחנת הרכבת חיפה בת גלים) איז א ישראל באנען פאסאזשירן סטאנציע אויף דער בארטן באן ליניע וואס באדינט די שטאט חיפה. די סטאנציע געפינט זיך אין דעם בת גלים געגנט. די סטאנציע איז געבויט געווארן אין 1975 און איז געווען די הויפט באן סטאנציע אין חיפה ביז די פריערדיקע 2000ער יארן.

חיפה בת גלים באן סטאנציע איז געעפנט געווארן אין 1975, צוזאמען מיט חיפה בת גלים אויטאבוס סטאנציע, אלס א גרויסן קהלשן טראנספארט צענטער צווישן דעם הויפט שאסיי וואס פארט אדורך חיפה (שאסיי 4) און דעם בת גלים געגנט. אזוי איז די סטאנציע געווארן די הויפט באן סטאנציע אין חיפה.

מ'האט אויסגעבויט די סטאנציע מיט צוויי פעראנען פון די צוויי זייטן און דריי פאראלעלע גערעלסן; דעם מיטלען ניצן נאר לאסטבאנען, וואס דארפן נישט אפשטעלן אין דער סטאנציע. אין די סוף 1990ער יארן איז געגרינדעט געווארן דער חיפה - קרית מוצקין פארשטאטישע באן באדינונג, און חיפה בת גלים איז געווען די דרום סוף סטאנציע. שפעטער האט מען געבויט די חוף הכרמל באן סטאנציע, וואס איז געווארן די נייע דרום סוף סטאנציע.

נהריה - באר שבע צווישנשטעט ליניע
leer KBHFa
נהריה
leer HST
עכו
leer ABZg+l
קיין כרמיאל

leer HST
קרית מוצקין
leer HST
קרית חיים
leer HST
חוצות המפרץ
BUS INT
לב המפרץ
leer ABZg+l
קיין בית שאן

BOOT INT
חיפה צענטראל
leer HST
חיפה בת גלים
BUS INT
חיפה חוף הכרמל
leer ABZgl+l
קיין הוד השרון
leer BHF
תל אביב אוניווערסיטעט
leer BHF
תל אביב צענטראל
leer BHF
תל אביב השלום
leer BHF
תל אביב ההגנה
leer ABZgr
קיין ראשון לציון
FLUG ABZgl
קיין בן-גוריון פֿליפארט
leer BHF
לוד
leer ABZgr
קיין אשקלוון
leer BHF
רמלה
leer ABZgl
קיין ירושלים מלחה

leer HST
קרית גת
leer HST
להבים-רהט
leer BHF
באר שבע צפון
leer ABZgl
קיין דימונה

leer KBHFe
באר שבע צענטראל
מקור: ישראל באן ליניעס מאפע
יזרעאל טאָל ליניע (פֿארשטאטיש)
leer KBHFa
בית שאן
leer BHF
עפולה
leer HST
מגדל העמק-כפר ברוך
leer HST
יקנעם-כפר יהושע
leer ABZg+r
קיין נהריה

BOOT BHF
חיפה צענטראל
leer BHF
חיפה בת גלים
leer BHF
חיפה חוף הכרמל
leer KBHFe
עתלית
מקור: ישראל באן ליניעס מאפע
באקוק אינדרינען פון מערב

חיפה בת גלים באן סטאנציע איז א סטאנציע אויף דער הויפט צפון-דרום בארטן ליניע (נהריה – חיפה – תל-אביבבן גוריון פליפעלד צווישנשטאטישע באדינונג) און אויך אויף דער פארשטאטישער ליניע וואס באדינט חיפה'ס צפונדיקע פארשטעט – די קרָיות און כרמיאל (חיפה - כרמיאל פארשטאטישע באדינונג). די סטאנציע געפינט זיך צווישן חיפה צענטראל באן סטאנציע צו צפון און חוף הכרמל באן סטאנציע צו דרום.

  • צווישנשטעט דינסט:
    • וואכנטעג איז די סטאנציע באדינט מיט 40 דרומדיקע און 44 צפונדיקע באנען. די ערשטע באן פארט ארויס 04:58 און די לעצטע באן קומט אן 00:52.
    • ערב שבת און יום טוב איז די סטאנציע באדינט מיט 19 דרומדיקע און 19 צפונדיקע באנען. די ערשטע באן פארט ארויס 05:01 און די לעצטע באן קומט אן 15:38.
    • מוצאי שבת און יום טוב איז די סטאנציע באדינט מיט 6 דרומדיקע און 5 צפונדיקע באנען. די ערשטע באן פארט ארויס 18:50 און די לעצטע באן קומט אן 22:16.
  • פארשטאטישע דינסט:
    • וואכנטעג איז די סטאנציע באדינט מיט 14 דרומדיקע און 12 צפונדיקע פארשטאטישע באנען צו און פון די קריות. די ערשטע באן פארט ארויס 07:00 און די לעצטע באן קומט אן 19:07.
פריערדיקע סטאנציע   ישראל באנען   פאלגנדע סטאנציע
קיין נהריה
פליפעלד ליניע
נהריה-באר שבע
קיין כרמיאל
כרמיאל-באר שבע
קיין כרמיאל
כרמיאל פארשטאטישע ליניע
סוף-סטאנציע
קיין בית שאן
יזרעאל טאל ליניע
פֿארשטאטיש
קיין עתלית