ירושלים מלחה באן סטאנציע

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
באן סטאנציע
ירושלים מלחה
Jerusalem Station Map.JPG
Malha train station in Jerusalem.JPG
סטאנציע געביידע
לאקאציע Flag of Israel.svg ירושלים
פֿארוואלטער ישראל באנען
פעראנען 4
קאארדינאטן 31°44′53″N 35°11′16″E / 31.7479178°N 35.1879112°E / 31.7479178; 35.1879112קאארדינאטן: 31°44′53″N 35°11′16″E / 31.7479178°N 35.1879112°E / 31.7479178; 35.1879112

ירושלים מַלחה באַן סטאַנציע איז א ישראל באנען סוף-סטאנציע אויף דער ירושלים - בית שמש פארשטאטישער באן ליניע, וואס געפינט זיך אין מלחה, דרום-מערב ירושלים. די סטאנציע האט מען געעפנט דעם 9טן אפריל 2005.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די ירושלים - תל אביב באן ליניע איז געעפנט געווארן אין 1892 אין די אטאמאנער צייטן. אין אויגוסט 1998 האט אויפגעהערט די פאסאזשירן באדינונג אויף דער ליניע קיין ירושלים.

נאך דעם האט מען באנייט די באן ליניע פון תל אביב קיין בית שמש אין יאר 2003. דעם 9טן אפריל 2005 האט מען געעפנט דעם טייל פון דער ליניע קיין ירושלים מיט צוויי נייע סטאנציעס, תנ"כישע זאא און ירושלים מלחה. פון 2006 ביז 2008 איז די רוטע געווארן צעשפאלטן אויף צוויי, און מען האט געדארפט בייטן באנען אין בית שמש. אום 15טן מערץ 2008 האט ווידעראמאל געפארן די באן פון ירושלים קיין תל אביב. אין סעפטעמבער 2017 האט מען ווידעראמאל צעשפאלטן די רוטע און די באנען פארן נאר צווישן ירושלים און בית שמש.

צוקונפטדיקע אנטוויקלונגען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין 2018 וועט עפענען די גיכבאן פון תל אביב קיין ירושלים, וואס ווערט טערמינירן אין דער נייע בניני האומה באן סטאנציע. נאכדעם וועט די ירושלים-בית שמש ליניע זיין איבעריג. דער טראנספארט מיניסטאריום האט א פלאן פאר א טראם-ליניע אויף די שינעס פון דער ליניע פון מלחה קיין בית שמש. די ליניע וועט זיך ציען ווייטער פון דער היינטיגער בית שמש באן סטאנציע אריין אין דער שטאט.‏[1]


באדינונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • פינעף באנען גייען ארויס פון דער סטאנציע אין ביידע ריכטונגען זונטיק ביז דאנערשטיק ווען דער זאא איז אפן.


רוטעס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  פֿריערדיגע סטאנציע    ישראל באנען     פֿאלגנדע סטאנציע  
סוף-סטאנציע   ירושלים-בית שמש
פארשטאטיש
  תנ"כישער זאא

װעבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ירושלים מלחה באן סטאנציע

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]