נהריה באן סטאנציע
באן סטאנציע נהריה תחנת הרכבת נהריה | |
---|---|
לאקאציע | נהריה |
פֿארוואלטער | ישראל באנען |
געעפנט | 1טן יולי 1945 |
פעראנען | 2 |
קאארדינאטן | 33°00′20″N 35°05′55″E / 33.005424°N 35.098733°Eקאארדינאטן: 33°00′20″N 35°05′55″E / 33.005424°N 35.098733°E |
נהריה - באר שבע צווישנשטעט ליניע | |
---|---|
נהריה באן סטאנציע באדינט די שטאט נהריה און די געגנט פון מערב גליל, און איז די מערסטע צפונדיקע באן סטאנציע פון ישראל באנען. די סטאנציע געפֿינט זיך אין צענטער פון דער שטאט העיר נהריה אויף דער בארטן באן.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די סטאנציע איז געווארן אויפגעשטעלט אין די טעג פונעם בריטישן מאנדאט אויף דער באן רוטע ביירוט-טריפאלי-חיפה. אום דעם ערשטן יולי 1945 האט אנגעהויבן א פאסאזשירן ליניע פון נהריה קיין חיפה, וואס האט געארבעט ביז דער מלחמת השחרור. צוויי יאר נאכן אויפשטעלן די מדינה איז דער ליניע געווארן באנייט (מיט צוויי באנען טעגליך אין יעדער ריכטונג), אבער דאס האט נאר געהאלטן צוויי יאר. נאר אין יאר 1958 האט מען ווידעראמאל אנגעהויבן די ליניע. די ליניע קיין ביירוט (דורך ראש הנקרה) איז בכלל נישט באנייט נאך דער פרייהייט מלחמה, אבער אין די ערשטע יארן פון דער מדינה זענען די באנען נאך געפארן אין צפון - מיליטערישע באנען זענען געפארן קיין אכזיב און לאסטבאנען קיין בצת.
אין 2001 האט ישראל באנען איבערגעבויט די סטאנציע, מיט א נייעם פאסאזשירן זאל לעבן דעם פעראן, און אויך געבויט א נייעם פעראן וואס מען קומט צו אים דורך א טונעל.
וועבלינק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- נהריה באן סטאנציע (ארכיווירט 21.11.2008 ביי דער Wayback Machine), ישראל באנען וועב ארט
פריערדיקע סטאנציע | ישראל באנען | פאלגנדע סטאנציע | ||
---|---|---|---|---|
סוף-סטאנציע | נהריה-באר שבע | קיין באר שבע צענטראל |
||
פליפעלד ליניע | קיין מודיעין צענטראל |
|||
נאכט ליניע | קיין בן-גוריון פליפעלד |