הוד השרון סאקאלאוו באן סטאנציע
מראה
הוד השרון סאקאלאוו באן סטאנציע איז א פאסאזשירן באן סטאנציע פון ישראל באנען וואס דינט די שטעט הוד השרון, כפר סבא און רעננה. זי איז די צפונדיקע סוף־סטאנציע פון דער פארשטאטישער ליניע קיין שדרות. די סטאנציע האט געעפנט סעפטעמבער 2006 מיטן נאמען "כפר סבא סאקאלאוו"; דעם 6טן מערץ 2010 האט מען געענדערט איר נאמען צו "הוד השרון סאקאלאוו".
די סטאנציע געפינט זיך אויף סאקאלאוו גאס אין צפון הוד השרון, נישט ווייט פון כפר סבא. אין דעצעמבער 2006, האבן געניצט די סטאנציע א דורכשניט פון 1860 פאסאזשירן טאג טעגלעך.
רעננה - באר שבע פֿארשטאָטישע ליניע | |
---|---|
צוקונפטדיקע פלענער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מען גייט פארלענגערן די באן אין דער ריכטונג פון דער בארטן באן ליניע. דאס וועט דערמגלעכן פארבינדונג מיט נתניה און חיפה, און אויך א קירצערע רוטע קיין תל אביב.
דינסט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רוב שעה'ן פון טאג פארן ארויס צוויי באנען א שעה אין ביידע ריכטונגען.
- אין די שפיץ שעה'ן גייט ארויס נאך א באן א שעה.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ישראל באנען וועב ארט (ארכיווירט 24.11.2007 ביי דער Wayback Machine)
- הוד השרון באן סטאנציע
פֿריערדיגע סטאנציע | ישראל באנען | פֿאלגנדע סטאנציע | ||
---|---|---|---|---|
רעננה דרום | הוד השרון–תל אביב–באר שבע פארשטאטיש |
כפר סבא |
קאארדינאטן: 32°10′11.74″N 34°54′8.78″E / 32.1699278°N 34.9024389°E