לדלג לתוכן

וויניצע

פֿון װיקיפּעדיע
וויניצע
Ві́нниця
מלחמה וועטעראנען מוזיי אין צענטער פון וויניצע
מדינה / טעריטאָריע אוקראינע
גרינדונג דאַטע 1363
קאָאָרדינאַטן 49°14′N 28°29′E / 49.233°N 28.483°E / 49.233; 28.483קאארדינאטן: 49°14′N 28°29′E / 49.233°N 28.483°E / 49.233; 28.483
אבלאסט וויניצע
ראַיאָן וויניצער ראיאן
בירגערמייסטער סערהי מארהונאוו
שטח 113.2 קוואדראט ק"מ
הייך 248 מעטער

 ‑ אין שטאט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

371,200‏  (שטייענדיג 2023)
5,066 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2

וויניצע (אוקראיניש: Ві́нниця וויניציאַ; רוסיש: Ви́нница וויניצאַ; פּויליש: Winnica; ענגליש: Vynnitsia; דײַטש: Winniza) איז א שטאט אין מערב-צענטראל-אוקראינע אויף די ברעגן פונעם דרום בוג, וואס געפינט זיך אומגעפער 200 ק״מ דרום־מערב פון קיעוו.

וויניצע איז די הויפטשטאט פון דער וויניצער גובערניע, און די גרעסטע שטאט אינעם היסטארישן ראיאן פאדאליע.

די שטאָט איז געגרינדעט געווארן אינעם 14טער יארהונדערט אין דער גרויס-הערצאגשאפט פון ליטע. פון 1569 ביז 1793 איז די שטאט געווען א טייל פון פוילן אחוץ פון א קורצער תקופה פון 1672 ביז 1699 ווען זי איז געווען א טייל פון דער אטאמאנישער אימפעריע.

ביים רוסישן צענזוס אין 1897, האט וויניצע געהאט א באפעלקערונג פון 30,563 און איז געווען די דריט־גרעסטע שטאט אין פאדאליע, נאך קאמעניץ און אומאן.


יידישע היסטאריע פון וויניצע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יידן האבן זיך באזעצט אין וויניצע אינעם 16טן יארהונדערט. אין 1648 האבן די קאזאקן איינגענומען די שטאט. אלע יידן האבן נישט געזדאנזשעט אנטלויפן פון דער שטאט האבן זיי געמארדעט.

אין 1900 האבן געוואוינט אין וויניצע 11,689 אידן.[1]

נאך דער צווייטער וועלט-מלחמה זענען יידן צוריקגעקומען צו דער שטאט. אין 1959 האבן געוואוינט אין וויניצע 19,500 יידן, 16% פון דער באפעלקערונג.


וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וויניצע