באר, אוקראינע

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
באר, אוקראינע (שטאָט)
Бар
Bar porapor.png Barcoatofarms.png
Podoliabar.jpg
מדינה / טעריטאריע Flag of Ukraine.svg אוקראינע
גרינדונג דאטע 1401
קאארדינאטן 49°04′30″N 27°40′34″E / 49.07500°N 27.67611°E / 49.07500; 27.67611קאארדינאטן: 49°04′30″N 27°40′34″E / 49.07500°N 27.67611°E / 49.07500; 27.67611
אבלאסט וויניצע
ראיאן באר ראיאן
בירגערמייסטער ארטור צירצורסקי
שטח 5.95 קוואדראט ק"מ
הייך 362 מעטער
באפעלקערונג (2015)

 ‑ אין שטאָט
 ‑ ענגקייט

16,409‏
2,890 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאנע UTC+2
bar-city.com.ua

באַר (אוקראיניש: Бар; רוסיש: Бар; פויליש: Bar; לאטייניש: Barium) איז א שטאָט אין דער וויניצער גובערניע, צענטראל-אוקראינע אויף די ברעגן פונעם ריוו, א בייטייך פונעם דרום בוג. די שטאט געפינט זיך אומגעפער 200 ק״מ דרום־מערב פון קיעוו, און 63 ק״מ מערב פון וויניצע.

באר איז די אדמיניסטראציע שטאט פון באר ראיאן, אינעם היסטארישן געגנט פאדאליע.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די שטאָט איז געווען א האנדל ארט מיטן נאמען ראוו אין 1401, אין דער גרויס-הערצאגשאפט פון ליטע. אין 1537 האט די פוילישע מלכה באנא ספארזא געגעבן די זידלונג א ניים נאמען ״באר״ נאך איר היימשטאט בארי אין איטאליע. פון 1569 ביז 1793 איז די שטאט געווען א טייל פון פוילן. די קאזאקן האבן איינגענומען די פעסטונג אין 1648. אין 1672 האט די אטאמאנישער אימפעריע איינגענומען באר וואס איז געווארן די זיץ פון דער לאקאלע אדמיניסטראציע. פון 1686 ביז 1699 זענען געווען אין באר כסדרדיקע שלאכטן צווישן די פאלאקן און די טערקן ביז די פאלאקן האבן געזיגט אין 1699.

ביי דער צוויטער טיילונג פון פוילן איז באר געווארן א טייל פון דער פאדאליער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע.


יידישע היסטאריע פון וויניצע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

יידן האבן זיך באזעצט אין באר אין 1542. ווען די קאזאקן האבן איינגענומען די שטאט אין 1648, אלע יידן וואס האבן נישט געזדאנזשעט אנטלויפן פון דער שטאט (בערך 2000) האבן זיי געמארדעט.

אין 1900 האבן געוואוינט אין באר 5,773 אידן.[1]

אין 1989 זענען געבליבן אין באר נאר 367 יידן.

צווילינג שטעט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]


רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: באר, אוקראינע