בן-ציון האלבערשטאם
געבורט |
1874 בוקאווסק, פוילן |
---|---|
טויט |
28 יולי 1941 (אלט 67 בערך) לעמבערג |
פאך | רב |
אַמט | אדמו"ר |
רבי בן־ציון האלבערשטאם הי"ד (י' אייר ה'תרל"ד - ד' מנחם אב ה'תש"א) איז געווען דער צווייטער באבאווער רב.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי בן-ציון איז געבוירן אין בוקאווסק י' אייר ה'תרל"ד, צו זיין פאטער הרב שלמה האלבערשטאם, שפעטער רב אין באבוב, א זון פון רבי מאיר נתן האלבערשטאם, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רבקה הענא א טאכטער פון הרב יהושע ראזענפעלד, רב אין קאמינקא, א זון פון הרב שלום ראזענפעלד, רב אין קאמינקא.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי בן-ציון איז געווען דער יונגער רב אין ווישניצא נאך ביים פאטער'ס לעבן. אין יאר ה'תרס"ה נאך זיין פאטער'ס פטירה, האט רבי בן-ציון איבערגענומען זיין פאטער'ס ארט אין באבאוו. ער האט שטארק אנטוויקעלט די ישיבה אין ווישניצא. ביי דעם ערשטן וועלט קריג איז רבי בן-ציון אנטלאפן קיין פישטיאן, וויען, און מארינבאד. אין יאר ה'תרע"ט איז ער צוריק געקומן קיין קראקע, דארט האט ער געעפענט די ערשטע עץ חיים ישיבה.אין יאר ה'תרפ"א איז ער אריבער מיט זיין ישיבה קיין באבאוו, פון דארט האט זיך זיין ישיבה שטארק פארצווייגט, ביז דעם צווייטן וועלט קריג האט ער געהאט אומגעפער פופציג ישיבות אין גאליציע. אין יאר ה'תרצ"ב איז רבי בן-ציון אריבער קיין טשעבין.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי בן-ציון איז אומגעקומען אויף קידוש השם ד' מנחם אב ה'תש"א, הי"ד.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי בן-ציון האט געהייראט בזיווג ראשון מרת תרצה, א טאכטער פון הרב נפתלי הורוויץ פון מעליץ.
אין יאר ה'תרנ"ט האט רבי בן-ציון געהייראט בזיווג שני מרת חיה פראדיל א טאכטער פון הרב שלום אליעזר האלבערשטאם. זי איז נפטר געווארן ט"ז אדר ה'תשל"ד. זייערע קינדער:
- מרת דבורה לאה (תר"ס - תרנ"ה), די ווייב פון הרב יעקב ישראל טווערסקי רבי אין מילוואקי.
- מרת רבקה ביילא, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, א זון פון הרב יצחק ישעיה האלבערשטאם, רב אין טשחויוו, בזיווג שני די ווייב פון הרב חיים פערלמאן.
- הרב שלמה האלבערשטאם (ה'תרס"ז - ה'תש"ס), באבאווער רב אין אמעריקע
- הרב חיים יהושע האלבערשטאם.
- רבי ברוך דוד האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת עכסא א טאכטער פון רבי חיים מייזליש.
- רבי משה יהושע האלבערשטאם
- רבי בן-ציון דוב האלבערשטאם
- מרת רחל בריינדל
- רבי יעקב יוסף האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת שרה א טאכטער פון רבי אהרן טייטלבוים.
- רבי חיים יהושע האלבערשטאם, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב משה טייטלבוים, סאטמארער רב.
- רבי ברוך דוד האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת עכסא א טאכטער פון רבי חיים מייזליש.
- הרב יחזקאל דוד האלבערשטאם (ה'תרע"ד - כ"ה אדר ב' ה'תשל"ח) פון פאקשיווניץ..
- רבי יחיאל האלבערשטאם פון מאנסי
- רבי חיים האלבערשטאם
- משולם ישכר יוסף האלבערשטאם.
- רבי בן ציון אברהם האלבערשטאם
- רבי שלמה האלבערשטאם
- הבחור משה אהרן האלבערשטאם הי"ד.
- מרת נחמה גאלדא, די ווייב פון הרב משה סטעמפל הי"ד, ביים צווייטן זיווג די ווייב פון ר' יהושע פרישוואסער.
- מרת ברכה, די ווייב פון הרב שלמה רובין.
- מרת שיינדיל רייצא, די ווייב פון הרב ישראל דוב ווייץ (תרע"ח - כ"ד אדר תש"ע), אן אייניקל פון הרב ישראל דוב בער גילענרטער, אב"ד יאשניצע.
- מרת גיטשא, די ווייב פון הרב מרדכי צבי ליפשיץ.
- מרת מלכה, די ווייב פון הרב ישראל יעקובער.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ספר קדושת ציון - עה"ת
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
פֿריערדיגער: רבי שלמה האלבערשטאם |
אדמור"י באבאוו תרס"ה - תש"א "בנין ציון" |
נאָכפֿאלגער: רבי שלמה האלבערשטאם |