באַניצער:Merolhit
באניצער קעסטלעך | ||
| ||
| ||
| ||
| ||
|
איך בין מיטגליד אין דער אידישער וויקיפעדיע.
איך הייס קיין פראבלעם, איך בין א איד, רעדט אידיש, שרייב אידיש, און וואוין אין וויליאמסבורג, ברוקלין, ניו יארק, אמעריקע.
איך האב מיר געמאכט א ציל ארויפארבייטען דעם אידישען וויקיפעדיע איר וועט באלד זעהן פארוואס
איך בין גרייט דא צו העלפן אויף אלעם און אויף אלעס.
אויב דו ווילסט עפעס הילף און דו שעמסט דיך צו פרעגן ברבים, בין איך גערן גרייט דיר צו ענטפערן אין אי-מעיל, און אונזער שמועס וועט פארבלייבן א געהיימעניס
מיין ארבייט פארן וויקיפעדיע פראיעקט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מיין אנווזענהייט: אלע די פאלגענדע זאכן זענען פשוטע שכלדיגע ענינים, אבער וויבאלד מיר האבן דא צוטאן מיט אזוינע וואס זייער גאנצער ציל איז צו אונטערברענגן וויקיפעדיע, האבן זיי מיר בשעת מעשה אויסגעטיילט צרות יגון ואנחה און גלייגט פיסלעך פון אלע זייטן. געדענקט! רוב מאל האבן זיי אביוזד זייער סיסאפ טולס מיך צו רודףן, דורך צוריקדרייען מיינע עדיטס (סיסאפ דרייט צוריק מיט איין קוועטש, א נארמאלער באנוצער מיט 3 קוועשטן, ממילא איז דאס אביוז); ארויסבלאקירן; פארשפארן ארטיקלן. א.א.וו. אבער מיין עקשנות דא אויפבויען די אידישע וויקיפעדיע איז מיר געשטאנען פאר אלעם. און איך האב זיי באקעמפט עד הסוף. דערוויל האט מיך שוין באנוצער:יודל 50 מאל ארויסגעבלאקט און באנוצער:שמאלץ 60 מאל. און ברוך ה' אלעמאל דערווייל האבן זיך אנדערע מער יושרדיגע סיסאפס און סטוארטס אריינגעמישט און דאס צוריקגעדרייט. בשעת ווען זיי ביידע זענען שוין געווארן בלאקירט און ערקלערט אלס וואנדאלן אין פרעמדע וויקיפעדיעס...
- סאקפאפעט:
- סטאטיסטיקס: געוואור געווארן די אידישע וויקיפעדיע סטאטיסטיקס [1] [2]
- טראלס: אז מען זאל נישט צולאזן דא טראלס שרייבן אומאניטערסאנטע ארטיקלן איבער קליינע וועב סייטס וואס קיינער באנוצט זיך נישט און קיינעם אינטערסירט איר נישט. און איר גאנצער ציל איז געווען צו פארשמוצען וויקיפעדיע מיט אומאינטערסאנטע נארישע ארטיקלן. (רעדן:ככר העיר)
- נעיםספעיס: ריכטיגע נעים ספעיסס פאר הילף קעגן אנווייזונגען ארטיקלן. זעהט: (הילף רעדן:נעימספעיס)
- ייוו"א: אויפהערן שרייבן קעפליך פון ארטיקלן לויט ייוו"א כללים כדי רוב אידיש רעדער זאלן קענען פארשטיין דא.
- צענזור: זיך געשלאגן אזש ביזן סטוארט אז קיינער זאל נישט קענען אויסמעקן קאנטראווערסיאלע ארטיקלן.
- וואנדאליזם: געבעטן צו דערהויבן יעדן איינעם פאר סיסאפ און ביראקראט.
- ווארענונג: זיך געשלאגן און געווארן ארויסבלאקירט פארן נישט לאזן אויסמעקן ווארענונגען פון די אייגן רעדן בלאט.
מיין אידישע וויקיפעדיע רבי און טאטע ז"ל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]גאנגלערי (ער איז שוין מער ניטש טעטיג אין קיין שום וויקיפעדיע. יהא זכרו ברוך!: - ער האט מיך מחזק געווען און געבעטן דא צו שרייבן, ווען איך האב בטעות עפעס דא געשריבן. זינט דעמאלטס איז דא מיין הויז, פאמיליע און לעבן. אויף אים קען מען ריכטיג זאגן דעם פסוק: שפתותיו דובבות בקבר, אז ער איז שוין נישטא זעצן זיינע קינדער פאר זיין דרך אין עבודת ה'. ער האט מיך דערהויבן דא צו סיסאפ ווען קיינער האט נישט קער גענומען פון דעם אידישער וויקיפעדיע.)
וואס אנדערע אידישע וויקיפעדיע באנוצער האלטן איבער מיר?
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וואס זיי טוען וועגן מיר
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קודם וועל איך אויסרעכענען די באנוצער וואס האבן געזעהן אין מיר אזא שטארקער איבערגעגבנקייט פארן אידישען וויקיפעדיע אז וויבאלד זיי האבן מיך נישט געקענט שטיל מאכן אדער געווינען האבן זיי געגאנגען אין וואנט אריין און געלייגט א וועטא אז זיי שרייבן דא נישט מער ווילאנג איך בין אויסגעשפארט! דאס איז פאר מיר פארשטייט זיך די גרעסטע קאמפלימענט!
וואס זיי זאגן וועגן מיר
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מיין ציל: פארוואס שרייב איך דא? איבעריג צייט!
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ניין איך בין נישט קיין שרייבער און נישט קיין קינד פון קיין שרייבער.
איך בין אין מיינע אויגן א איינפאכער איד,
איך פרוביר דאווענען דריי מאל א טאג און גיי אנגעטאן מיט מיין חסידישען כניאקישער קליידונג, און שיק מיינע קינדער אין היימישער פרומע מוסודת החינוך ווייל איך שטרעב צו לעבן מיטן מיין פאטערס און מוטערס מסירת נפש אידיאל און לעבנס שטייגער וויפל איך קען זיי נאכטאן.
מיין ציל אין לעבן; לעבן געזונט מיט נחת ביז די ניינציגער בערך!
אבער איך האב איין גרויסער פראבלעם:
און דאס וואלט איך באגרעניצט מיין טרייב קראפט און אגענדע דא, איינפאך מיט איין ווארט: צייט: איך האב צופיל ליידיגע צייט, און וויקיפעדיע העלפט מיר דאס דורך שטופן. איך וועל מודה זיין אז צוליב דעם וואס איך האב ליידיג צייט שלאג איך זיך מיט יעדעם וואס קומט מיר אונטער די הענט, אריינגערעכנט מיין אייגענע ווייב, אבער מיינע ארומיגע ווייסן שוין דערפון, און זיי ציטערן אימת מות פון מיר.
רוב פון מיינע געשרייבאכצער דא, איז נישט פון ידע, איך האב נישט קיין געדולד צו ליינען ווער רעדט נאך פון לערנען אבער איך בין א נייגעריגער מענטש פונקט ווי אלע באשאפענישען, און דעריבער האלט איך פאר וויכטיג צו אראפשרייבן וואס מיר אינטעריסרט אפשר וועט איינער מכיר טוב זיין און פארציילן וואס ער ווייסט. איך בין שוין געווען פערזענליך אויף אסאך אינטערסאנטע פלעצער אויף גאטס וועלט, ווי אייך אלע, איך האב מיך געטראפן מיט פיל אינטערסאנטע זאכן און מענטשן פונקט ווי אייך אלע, נו איר האלט אנדערשט ווי מיר, דעריבער איז דא פרייהייט פון ווארט און וויקיפעדיע מאכט מיך פונקט אזוי מאסגעבנד צו פארציילן די פאקטן ווי אייך.
אבער געדענקט וויקיפעדיע איז א 2 וועי סטריט, איר רעדאגירט מיך און איך רעדעגיר אייך, דערפאר סטראשעט נישט ווי בעיביס אז איר אנטלויפט פון דא צוליב מיר... ווייל איר זעהט דאך ווי איר זענט אנגעקומן ביז איצט.