װיקיפּעדיע:פארלאמענט/יולי ארכיוו 2007
זאל מען באגרעניצן די רידיירעקט טול?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]צי זאל מען מאכן ווידער ריכטונגען פון אלע צייטווערטער, מערצאלן, מין, שייכות טעותים אד"ג וואס האבן א שייכות צום ארטיקל, אדער באגרעניצן יעדער ארטיקל נאר צו זיין זאכווארט (אויף אלע אופנים ווי מען קען עס שרייבן מיט זיינע אלע סינאנימס) למשל מאכן די פאלגנדיקע ווידער-ריכטונגען צום ארטיקל גלויבן: גלויבונג (טעות), אמונה, ארנטלעכקייט (סינאנימס), אמונות, (מערצאל). גלויבט, גלויב, געגלויבט (צייטווערטער). גלויביקע/גלויביקער (שייכות, מין) ביטע זאגט אייער מיינונג:
ניין
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווי מער ווידער-ריכטונגען ווייל וואס קען עס שאטן, עס מאכט נאר לייכטער צו זוכן און טרעפן ארטיקלען, דאס זעלבע מאכט עס לייכטער צו לייגן וויקילינקס אין די ארטיקלען.
- איך בין מסכים אויסער צייטווערטער און אויסער טעותים אויב מיר וועלן מאכן ווידער-ריכטונגען פון ענגלישע ווערטער. --►רוני◄ 19:58, 31 יולי 2007 (UTC)
א ענציקלאפעדיע דארף זיך ניט באגיין מיט אזעלכע וואס האבן טעותים אדער ווייסן נישט ווי צו טרעפן דעם זאכווארט איבער סיי וואסערע טעמע. און צו דערצו אויב מען מאכט די רידיירעקטס אויפ א ווילדן אויפן (אזוי ווי ליידער ביז היינט איז געווען), איז דאס גורם צו 100ער נישט נוצלעכע בלעטער (ווי אויך דאפלטע און צעבראכענע רידיירעקטן, וועלעכע פירן ארום דעם באזוכער) וואס פארשווערן אויפן סיסטעם. אין יעדע וויקיפעדיע איז דאס באגרעניצט עס איז שוין צייט מיר זאלן זיך דא צושטעלן צו א סטאנדארט און אנהייבן שרייבן ארטיקלן און נישט זיך פארענען מיט די זייטיגע זאכן ווי רידיירעקטס.
יא מיט א פשרה: נישט ווי מער ווידער-ריכטונגן אבער ערלויבן דאס פון אנדערע שפראכן ווערטער
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- איך האלט נישט מען זאל מאכן ווי מער, אבער פון ענגלישע און לשון קודש, אויב עס איז באקאנט אין יענע שפראך דא זאל מען מאכן. למשל פאר ארטיקל גלויבן זאל מען מאכן פון אמונה אבער נישט מער. פאר אקסיגען זאל מאכן פון Oxygen. וויבאלד אונז האבן מוסטער:אותיות און עס איז אויף די הויפט בלאט זעה איך נישט פארוואס עס פעלט אויס צו מאכן א רידיירעקט צו אקסיגען פון אלע וועגן וואס איינער קען נאר שרייבן אקסיגען, נאכדערצו אז אלע ווערן געשריבן מיט די זעלבע דריי ערשטע בוכשטאבן.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 21:29, 31 יולי 2007 (UTC)
זאל מען מאכן ווידער-ריכטונגען פון ענגלישע/העברעישע ווערטער?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויבאלד יידיש איז א שפראך וואס איר מערהייט רעדער ווייסן נישט גענוי ווי צו אויסלייגן די ווערטער, און א סך אידיאמען זיינען נישט באשטימט געווארן אויף יידיש, זאל מען מאכן רידיירעקטן פון ענגלישע ווערטער, למשל may זאל פירן צו מיי, Down syndrome אדער תסמונת דאון צו צארן סינדראם וכד'.
- איך בין מסכים אויב עס קומט אנשטאט צענדליקע יידישע ווידער-ריכטונגען. --►רוני◄ 20:18, 31 יולי 2007 (UTC)
- איך בין דערקעגן אדער שרייבען אין ענגליש אזוי ווי ס'איז אין די העברעאישע אדער אין די ארטיקעל. --משגיח 20:34, 31 יולי 2007 (UTC)
- איך בין דערקעגן דא איז א אידישער וויקיפעדיע מיט איין ציל א אנציקלאפעדיע נישט בויען אדער לערנען דעם אידישען שפראך.--יודל 12:55, 1 אױגוסט 2007 (UTC)
שמועס
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וואס הייסט ווידער-ריכטונגען פון ענגלישע ווערטער? גיב א דוגמא. --משגיח 20:21, 31 יולי 2007 (UTC)
- למשל Down syndrome אדער תסמונת דאון צו צארן סינדראם וכד'. ►רוני◄ 20:33, 31 יולי 2007 (UTC)
- אין די העברעאיש איז אויך דא אסאך ענגלישע קעפלעך למשל דאס און דאס, און נאך אסאך. פארוואס דא נישט? אדרער זאל די קעפל זיין אין ענגליש אדער זאל דאס זיין אין אידיש און אונפאנג זאל דאס האבן דעם ענגלישען טייטש למשל די קעפל זאל זיין דאון סינדראם און די ערך זאל זיך אונהייבן אזוי דאון סינדראם אדער Down syndrome אדער תסמונת דאון איז א קינד וכו'. --משגיח 20:39, 31 יולי 2007 (UTC)
- לעניות דעתי דארף עס זיין אזוי:
- אין די העברעאיש איז אויך דא אסאך ענגלישע קעפלעך למשל דאס און דאס, און נאך אסאך. פארוואס דא נישט? אדרער זאל די קעפל זיין אין ענגליש אדער זאל דאס זיין אין אידיש און אונפאנג זאל דאס האבן דעם ענגלישען טייטש למשל די קעפל זאל זיין דאון סינדראם און די ערך זאל זיך אונהייבן אזוי דאון סינדראם אדער Down syndrome אדער תסמונת דאון איז א קינד וכו'. --משגיח 20:39, 31 יולי 2007 (UTC)
- מאכן אן ענגלישע קעפל קומט זיכער נישט אין באטראכט.
- שרייבן אינעם ארטיקל נאר ביי נישט באקאנטע ווערטער און אידיאמען.
- מאכן רידיירעקטס פאר אלעס, ווייל אפילו לייכטע ווערטער ווי פאליטיק, וועט אפשר א ענגליש רעדער שרייבן פאליטיקס, און איך וויל דאך אויפטון מען זאל נישט מאכן פאלשע יידיש-ווערטער און אנשטאט דעם מאכן ווידער-ריכטונגען פון ענגליש. ►רוני◄ 20:46, 31 יולי 2007 (UTC)
- דאס הייסט אריין אין א קראנק בעטל, זאג מיר די זעהסט באמת נישט גי חורבן וואס וועט ארויסקומען פון דעם? --משגיח 20:52, 31 יולי 2007 (UTC)
- דער חורבן גייט נישט ארויסקומן עס איז שוין דא. דער רוני מאכט דא יעדן טאג הונדערטע געדופלטע ווידערכיטינגן וואס ער פארעכט קיינמאל און אנדערע דארפן פאר אים ארבייטן. גענדיגט מיט זיין פייניגונג דא.--יודל 12:59, 1 אױגוסט 2007 (UTC)
- איך גלייב אז ער האט דאס נישט געמיינט צו טון אבער עס איז אזוי געווארען לכבוד דעם וואס ער האט זיך געדארפט שלאגען פאר זיינע רעכטען ווייל דער וואנדעל האט אים נישט געלאזט מנוחה, אבער היינט ווען ער איז סיסאפ און דער וואנדעל נישט וועט דאס זיכער נישט פאסירן. --משגיח 13:52, 1 אױגוסט 2007 (UTC)
- דו רעדסט וואס דו ווייסט אדער דו ווייסט וואס דו רעדסט? ביטע אויסטשעקן פאר דו רעדסט די פאקטן. איך האב נעכטן אפגעקלינט אלע געדופלטע רידיירעקטס און קוק היינט וויפל עס איז שוין צוגעקומען דא פון זיינע ווילדע טאטן. ביטע נישט רעדן אין די וועלט אריין.--יודל 14:01, 1 אױגוסט 2007 (UTC)
- איך גלייב אז ער האט דאס נישט געמיינט צו טון אבער עס איז אזוי געווארען לכבוד דעם וואס ער האט זיך געדארפט שלאגען פאר זיינע רעכטען ווייל דער וואנדעל האט אים נישט געלאזט מנוחה, אבער היינט ווען ער איז סיסאפ און דער וואנדעל נישט וועט דאס זיכער נישט פאסירן. --משגיח 13:52, 1 אױגוסט 2007 (UTC)