װיקיפּעדיע:פארלאמענט/נאוועמבער ארכיוו 2006

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
Crystal Clear app file-manager.png איצטיקער שמועס בלאַטנייער שמועס
2006 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2007 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2008 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2009 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2010 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2011 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2012 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2013 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2014 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2015 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2016 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2017 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער

וואספארא ליצנות איז דאס?[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רוב שטימען האבן באשטימט אז מען זאל אים פארשפארן אויף דריי חדשים, און דא שרייבט רוני אז מען האט בלויז אראפגענומען די סיסאפ רעכטן. די שאלה איז בכלל נישט געווען אויף דעם, אויב רוב געמיינדע וויל אים ארויס פון דא איז נישטא קיין שום תירוץ אים דא צולאזן נאך איין רגע! דא איז וויקעפעדיע ווי אלעס מוז גיין מיט דעמאקראטיע און וואלן. איך פארלאנג דעריבער ווי אלע וויילער אז מען זאל אים שוין פארשפארן פון דא אויף דריי חדשים!--אלזוז 14:34, 15 נאוועמבער 2006 (UTC)

באנוצער:שמאלץ האט געשריבן אין אן אנדער ארט (איך געדיינק נישט יעצט גענוי ווו) מען זאל אים דערווייל נאר אראפנעמען די סיסאפ-רעכטן אלס א ערשטע טראט און דאן זעהן ווי אזוי ער וועט זיך פירן. דערווייל האט ער זיך ביז יעצט גאנץ שיין אנגעפירט. יעצט איז ער אונטער א באוואכונג, מיר האפן אז עס וועט אזוי ממשיך זיין. ►רוני◄ 19:51, 15 נאוועמבער 2006 (UTC)
בקיצור דו גייסט דא מיט א געפיל, נישט מיט די וואלן. איך קען נישט האבן קיין טענות אויב דו זעסט איין אז דאס איז די טובה פארן וויקעפעדיע, אבער איך האלט קלאר אז דו טוסט נישט ריכטיג. און דער צוקונפט וועט -האפענטליך נישט, אבער ווארשיינליך יא- שטיין אויף מיין זייט.--אלזוז 20:04, 15 נאוועמבער 2006 (UTC)
איך האב נישט גענוג כח צו מאכן שטריינגע שריטן מיר זיינען זייער קליין. אויב וואלטסטו און די אנדערע וויילערס באטייליגט פיל מער פאר די וויקיפעדיע וואלט מיר געקענט האבן פיל מער כח, אבער אויב דער גאנצער באטיילונג איז ארום קריגעריי, קענען מיר דאך נישט אויסניצן אונדזער סיסאפ כח צו געווינען די קריג. ►רוני◄ 20:33, 15 נאוועמבער 2006 (UTC)
עס איז מיר נישט מעגליך צו באטייליגן אין וויקעפעדיע ווען איך ווער כסדר אטאקירט דורך אים, און ער איז דער גורם אויף די גאנצע קליינקייט און די יעצטיגע מצב. קיינער האט נישט קיין נערווען זיך צו קריגן און ארומשלאגן, מען קומט אריין און מען זעט ווי ער דיקטיטירט יעדעם און האלט וויקעפעדיע פאר זיינס גייט מען צוריק פון וואו מען איז געקומען. און אפילו די פרישע באנוצער וואס מיר האבן געלייגט האפענונג האט ער באלד באוויזן אז דא איז "ער" בעלבוס. דו דארפסט אליינס מאכן דיין אייגענע שטודיע און זען וואס עס באדערט פאר יעדער פרעמדער. וואס באדערט פאר די פארווערטס? אז דא באשרייבט מען חרדים חרדים און נאכמאל חרדים - א זאך וואס יודל איז פארנומען אגאנצען טאג צו שרייבן זיינע אויסגעגעבאכץ אויף אלע זיינע פיגורן, מיט וועלטליכע ארטיקלען האט ער זיך זייער ווייניג באטייליגט.
זעה נאר ווי קאצקער האט בפירוש ארויסגעשריבן אז ווען ער קומט אריין דא איין צוויי מאל א וואך, אנשטאט שרייבן ארטיקלען דארף ער זיך שלאגן ווי א קליין קינד מיט יודל. און עס איז נאך אזאלכע פילע פאקטן ווי די ווייסט דאס אליינס.
איך האלט קלאר, אויב וויל מען וויקעפעדיע זאל וואקסן, ארויס מיט יודל! ווילסטו וויקעפעדיע זאל בלייבן קליין? באנוץ זיך מיטן תירוץ אז מען קען אים נישט ארויסווארפן ווייל מען איז קליין...--אלזוז 20:41, 15 נאוועמבער 2006 (UTC)
די שמועס האט מען שוין דורכגערעדט גענוג און עס איז שוין קלאר, דערפאר האב איך דיר שוין געזאגט אז פון יעצט און ווייטער אויב ער אטאקטירט א צווייטן (אפילו אויב ער וועט דאס טון מיט חכמה און אויפווייזונגען וכו') וועלן מיר אים גלייך פארשפארן. יעצט איז שוין צו שפעט דאס טון נאך וואס ער איז שוין דא עטליכע טעג נאכן שטימונג. אבער דערווייל איז די שטימונג שריר וקים, און ער איז באוואכט צו נישט אטאקטירן קיינעם. אין די זאכן מוז מען גיין לאנגזאם לאנגזאם, די קומעדיגע טראט וועט זיין שארפער. לדעתי איז ער פיל רוהיגער געווארן לאמיר זעהן ווי אזוי עס וועט ממשיך זיין. ►רוני◄ 20:48, 15 נאוועמבער 2006 (UTC)

רוני געדענק דיינע ווערטער[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דו שרייבסט דעם פריערדיגן פאראגראף: פון יעצט און ווייטער אויב ער אטאקטירט א צווייטן (אפילו אויב ער וועט דאס טון מיט חכמה און אויפווייזונגען וכו') וועלן מיר אים גלייך פארשפארן, די צייט איז געקומען דערפאר, און דער וואס מאכט חרוב דער יידישער וויקעפעדיע דארף זיך אין די מינוט זען אינדרויסן פון דא. זיינע אטאקעס דא זענען מער נישט צום אויסהאלטן. קוק וואס ער שרייבט אין די מינוט װיקיפּעדיע רעדן:פרעפערענצן --◘אלזוז◘ 14:26, 20 נאוועמבער 2006 (UTC)


אראפנעמען סיסאפ-רעכטן פון באנוצער:Amsgila123[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

באנוצער עס-סגולה איז בעצם באנוצער:יודל. כידוע, באנוצער יודל פארטוט זיך די גאנצע צייט מיט קריגעריי אין דער וויקיפעדיע, און זיין גאנצע באשטייערונג קומט מיט מיט שווערע מחלוקת'ן מיט כמעט אלע באניצערס דא, סא ביטע שטימט צו אים אראפנעמען די סיסאפ-רעכטן פאר די גאנצע וויקיפעדיע גייט פייפן.

יא אראפנעמען[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. ►רוני◄ 14:08, 5 נאוועמבער 2006 (UTC)

נישט אראפנעמען[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. חס וחלילה. שמאלץ אלזוז און רוני זענען אויך געווארן געבעטן דורך מיר צו דערהויבן ווערן.--יודל 14:11, 5 נאוועמבער 2006 (UTC)