װיקיפּעדיע:פארלאמענט/אפריל ארכיוו 2006
זאל מען שטעלן נייעס וואס איר איין איינציגסטע מקור איז טשעטרום'ס? #7
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א נייעס וואס האט נישט קיין בכבוד'יגן אנגענומענעם מקור. אפילו עס איז אמת האט א פראבלעם אז עס איז נישט לויט די אנגענומענע זשורנאליסטישע סטאנדארטן. איז די שאלה פארוואס?
למשל: אויב א ראש הקהל האט מזנה געווען מיט א שיקסע. וועלן די "יידישע" צייטונגען נישט שרייבן דערפון. און די די סיבות איז געוויינליך אדער אז 1. מ'קען דאס נישט באשטעטיגן. אדער ווייל אונזערע אידישע צייטונגען זענען נאך פרימיטיוו און באריכטן נישט אמת'ע פאקטן וואס שטערן זייערע פארטייאישע אינטערעסן.
אלס טעם נומבער 2 איז שוין דא אן אנדער אפשטימונג צו מ'זאל בכלל ערלויבן חסידישע פאליטיק. אבער אלס טעם נומער 1 זאל מען אפשר צוימן און נישט דערלאזן קיין נייעס פון טשעט רום'ס?
יא שטעלן מקווה-נייעס
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ניין, נישט שטעלן די נייעס
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- פארבאטן! כללית אלע טשעט רום'ס אחוץ יוצא מן הכלל'ס וואס זייער נאמנות איז אנגענומען פון אונז אלס א מקור מיט סטאנדארטן. אויף דעם וועט מען מוזן מאכן אן עקסטער אפשטימונג וועלכער מקור איז יא גוט.--יודל 13:32, 25 אַפּריל 2006 (UTC)
שמועסן איבער די אפשטים
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שטעל בעסער פריער אויס דאס פארשלאג מיט ביישפילן, ווייל איך מיין אז קיינער אלט נישט מען זאל שטעלן סתם מקווה-נייעס ►רוני◄ 13:36, 25 אַפּריל 2006 (UTC)
- איך גיי שטעלן א משל אבער מ'דארף וויסן אז מקוה נייעס קען אסאך מאל זיין אמת און אסאך מאל נישט ממילא אפילו ס'מקוה נייעס האלט איך אז איר פלאץ איז יא אין וויקיפעדיע, בכלל געווענליך דארפן מיר גיין מיטן אנגענומענעם כלל צו לאזן פרייהייט און נישט מאכן קיין פארבאטן אבער אזוי ווי 2 חשובע באנוצער האבן דערמאנט פארטרייבט די חסידישע מחלוקת נייעס אסאך פאטענציאלע באנוצער מוז מען אריינברענגן אביסל סטאנדארטן. אבער דאס אליינס וואלט נישט געווען גענוג סיבה ווייל דאס איז דאך צענזור אבער וויבאלד די נייעס זענען נישט מיט קיין באגלייבטקייט רוב מאל איז דאס נאך וואג צו ענקערע טענות.--יודל 13:41, 25 אַפּריל 2006 (UTC)
זאל מען פארבאטן שרייבן מקוה נייעס מיט א באגלייבטע מקור? #8
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אז טאמער א ראש הקהל האט מזנה געווען אדער געשלאגן אדער סיי וואסארא עוולה, מעג מען דאס באריכטן אין די נייעס בלאט, אדער מען זאל נאר שרייבן הויפט נייעס וואס קען ווארשיינליך שטיין אין פאפאלארישע צייטונגען?
אין הכי נמי אז ביי חסידים איז דאס א הויפט נייעס פונקט ווי פרעזידענט בוש וואלט דאס געטאן, אבער וויבאלד יידיש וויקיפעדיע דארף זיך רעכענען מיט אסאך יידיש רעדער וואס זענען נישט קיין חסידים זאל מען דאס באשטעטיגען ווי נישט קיין הויפט נייעס און דאס פארבאטן?
יא פארבאטן
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מען זאל שרייבן נאר הויפט-נייעס און נישט פריוואטע נייעס וואס טוט זיך ארום אין פריוואטע חסידות'ן וואס קען נאר אינטרעסירן מענטשן פון די געוויסע חסידות. ►רוני◄ 14:02, 25 אַפּריל 2006 (UTC)
ניין, נישט פארבאטן
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ניין אין יעדע נארמאלע וויקיפעדיע איז דאס ערלויבט, אחוץ אין העברעישן וואס די נייעס דארטן איז סתם אזוי נישט קיין ענין. די איינציגסטע טעם פארוואס די פאפולערע צייטונגען וועלן נישט שרייבן דערפון איז ווייל זיי פאראינטערסירט נישט וואס טוט זיך אין די יידישע וועלט און זיי באריכטן נישט אונזערע נייעס. דא איז אבער א יידישע וויקיפעדיע וואס יידיש רעדנדיגע ליינער באנוצן זיך צו בויען אלע אינפארמאציע און פאקטן ארום יידישע ענינים און פירער פאסט זיך דאס זייער גוט אריין, אויב דאס האט א "באגלייבטער" מקור.--יודל 13:50, 25 אַפּריל 2006 (UTC)
רעדן #6
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רוני, ווי געשמועסט איז דא אן אנדער אפשטימונג אין די פראגע צו מ'זאל ערלויבן חסידישע אינפארמאציע, דו ערקלערסט דא אז חסידות איז פריוואט און איז נישט קיין אינטערעסע פאר יידיש, אויף דעם האסטו געשטימט פארקערט דארטן טויש דארט אויך דיין שטימע, וועט עס זיין פארשטענדליך. און איך האב מיטלייד מיט רוני אז ער איז פארעקלט פון חסידישע פאליטיק אז ער רופט דאס אן יחידיש, אבער דער פאקט איז אז יידיש רעדער זענען היינט רוב חסידים ממילא קען מען דאס נישט אנרופן פריוואט נייעס נאר יידישע נייעס, קען אבער זיין אז רוני איז גערעכט דאס צו פארבאטן ווייל סעקולערע אידן וועלן זיך ענדערשט באטייליגן אין בויען וויקיפעדיע מוז מען זאגן אז לגבי וויקיפעדיע'ס אינטערעסן זענען די חסידות'ער יא א פריוואטע ענין. אבער איך טייל מיך און האלט אז עס זענען דא פיל מער חסידים מיט אינטערנעט צוטריט וואס ווארטן אויסצוטרעפן ווקיפעדיע איר צו בארבייטן און אונזער ארבייט דארף זיך יא מער קאנצעטרירן זיי צו פאנגן. אבער ווי געזאגט איך קען מיך טוישן מיין מיינונג אין דעם--יודל 14:04, 25 אַפּריל 2006 (UTC)
- אויב ס'חסידישע גאר גרויסע נייעס וואס קען אינטרעסירן יעדן (ווי דיין ביישפיל אז א ראש הקהל האט מזנה געווען אדער אפילו אז סאטמער רבי איז אוועק פון דער וועלט) קען מען געוויס לייגן דא, ווייל נאך אלעס זיינען דא פיל חסידישע און יידישע מיטגלידערס. אבער שרייבן יעדע שלאגעריי וואס טוט זיך אין סאטמער, זעט מיר אויס איבעריג. ווי צ.ב.ש. איז יעצט דא אין די נייעס "הויפט ארוני ר' אברהם רובין ארויסגעווארפן פון צענטראלן סאטמאר שול. (חדשות סאטמאר)" ►רוני◄ 14:23, 25 אַפּריל 2006 (UTC)
פיין ! איצט דמאלטס דארפן מיר מאכן פאליסי וואסארא מקור וועט ווערן אנערקענט. ממילא וועט אלע סאטמאר געשלעגן אויב איז דאס פון א גוטער באגלייבטער מקור, וואס דאס דארף מען טאקע אויסארבייטן לויט די הנחות וואס דו דערמאנסט, ווערן אטאמאטיק הויפט נייעס?--יודל 14:31, 25 אַפּריל 2006 (UTC)
- איך האלט אויך אז מען דארף אראפנעמען יענעם נייעס אבער נישט ווייל דאס איז פריוואט, ניין דאס איז שוין איינמאל א פאפולערע ענין, דער פראבלעם איז אבער אז יענער מקור חדשות אנש איז נישט באגלייבט. דעפאר טראכט איך אז דאס איז ליגענט און מיר מוזן עמערזענסי באשטעלן כללים וואס איז באגלייבט)--יודל 14:42, 25 אַפּריל 2006 (UTC)
- אדרבה, נעם צו די ארבייט צו מאכן פאליסי ►רוני◄ 14:44, 25 אַפּריל 2006 (UTC)
קום אריין אין געמיינדע בלאט העלף מיר. האפענטליך וועט דערנאך די וואלן קענען אפגערופן ווערן ווייל עס וועט זיך ארויסשטלען אז איז קיינמאל נישט געווען קיין פארשידענהייט מיינונג נאר פשוט א מיס-פארשטענדעניש.--יודל 14:48, 25 אַפּריל 2006 (UTC)