װיקיפּעדיע:פארלאמענט/פעברואר ארכיוו 2006
וואַל (שטיץ): 1# אקטיווירן דעם סטאטיסטיק צאָל?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]גאנגלערי זאגט אז אויב מען פירט דורך א דעמאקרטישן פאול, קען מען צורק מאכן דעם וויזיטאר סטאטיסטיקס זייגער צו ציילן און ווייזן וויפיל און וואסערע טראפיק פון באזוכער אונזער אידישער וויקיפידיע פארמאגט, און וואסערע זייטן שיקן אהער טראפיק. ביטע שטימען אייער מיינונג צו זאל מען דאס צוריק אקטיוויזירן אדער נישט.
ביטע זיך אונטערשרייבן די חתימה נאכן וויילן, אז נישט איז אייער שטימער ארויסגעווארפן אין גארביזטש וואלן דורכפירונג
- יא. ווייל דאס וועט געבן חיזוק און רייץ צו בארבייעטן אויף ווייטער זעהנדיג וויפל מענשטן האבן דערפון הנאה--יודל 16:57, 22 פֿעברואַר 2006 (UTC)
- געוויס. ►רוני◄ 17:41, 22 פֿעברואַר 2006 (UTC)
- יא. Dovi 14:26, 23 פֿעברואַר 2006 (UTC)
- זיכער יא בן-עמי
- זיכער יא Not a question Amsgila123
- יא־ איך לײען די נײעס יעדן טאג. Bws2002
- זיכער, הונדערט פראצענט, (שרייב דיך אונטער, דרוק אויבן דעם צווייטן באטן פון לינקס)
- יעדער איז מסכים יעדער באשטייט. אביגעזונט
איך וויל אייך זאגן אז איר גייט אריין אין די היסטאריע אוּיפציקומען םיט אזא דבר טוב חזק ואמץ ביטע געבן אנווזונגען וויאזוי זיך צי באניצען מיטען וועב זייטעל and pl. right more than just headlines
thanks a millon for the great work that you have done till now i read it evrey day and it makes my day,yankel grenberg
ישר כח פאר די ארבייט וואס איר לייגט דא אריין יעדו טאג ישראל כץ
ביטע גייט אן מיט די ארבעט מיין אלע חברים פון די ארבעט זענען זיך ממש מחיה בשם די אלע ארבעטערס
וואל #2: מעג מען שרייבן ארונים זאליס?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס האט מעורר געווען א באנוצער איבער דעם הארבן איסור אז המכנה שם לחבירו אין לו חלק בעולם הבא. איז דעריבער די שאלה אז געוויסע גרופעס אידן ווערן אנגערופען זייערע שטרעמונגען און פארטייען מיט כל מיני נעמען, וואס טייל פון דעם ווערט אנגענומען נעגעטיוו פון די באטרעפענדע פארטייען. זאל מען זיך צוריקהאלטן דערפון אדער ניין ווייל סוף כל סוף רופט מען זיי אזוי אן, און דאס איז שוין געווארן זייער נאמען צו אידענטיפיצירן. מעג מען זיי אזוי רופן: יא אדער ניין?
ביטע זיך אונטערשרייבן די חתימה נאכן וויילן, אז נישט איז אייער שטימער ארויסגעווארפן אין גארביזטש וואלן דורכפירונג
- יא. אויף די דריי אויבענדערמאנטע, אבער אויב איז דא א נאמען וואס רוב וועלט רופט נישט אזוי דארף מען עקסטער איבערוואוטן.--יודל 23:55, 27 פֿעברואַר 2006 (UTC)
- זיכער יא. ווייל די וועלט רופט זיי אזוי און דאס איז די נאמען אויף וואס זיי זענען באקאנט.--Amsgila123 00:05, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)
- יא. פאקטן איז העכער פון אלעס. ►רוני◄ 04:40, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)
- זיכער יא, מיר דאַרפֿן געדעקן דעם ױכטיגסטן כלל: אין וױקיפּעדיע "באַריכטן" מיר פֿאַקטן און מיר "פֿאַרריכטוגן" נישט פֿאַקטן.--Mosha 06:04, 8 מאַרץ 2006 (UTC)
ניין
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- "ניין" - אויב איז פאראן א שענערן טערמין ווי צו באצייכענען די דאזיגע שטרעמונגען. פארוואס? ווייל איך קוק די דאזיגע צונעמענישן אן ווי "סלענג"; איז ווען פאראן א הויפטשטראם טיטל פאר א גרופע, פארוואס זיך נישט האלטן דערצו? - בן-עמי. --בן-עמי 20:14, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)(ביטע זיך אונטערשרייבן.)
כ'ווייס נישט וויאזוי. ביז איך וועל זיך דערקונדיגן, שטעל אראפ מיין מיינונג צווישן די "נישט-גערעכנטע." אנטשולדיג מיר זייער.--בן-עמי 20:24, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)
- אזא קלארע און געשעצטע מיינונג איז שווער אוועקווארפן און זיך נישט רעכענען, עס איז אנעמבאר ווייל די ווערטער זענען ווי א חתימה פאר זיך, אבער ווען אימער די שרייבסט עפעס אין וויקיפעדיע, וועסטו זעהן, 11 קליינע בלויע באקסעלעך העכער די גוף אויף וואס דו שרייבסט. דארטן איינס פאר די לעצטע איז דא די חתימה באקסל , א פיקטשער פון א חתימה, דרוק דעראויף, און סעיוו עס. וועסטו זעהן א נס, גאט וועט זיך מיען פאר דיר און ווען דו וועסט איבערליינען וועסטו דיך זעהן אונטערגערשריבן...--יודל 20:02, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)
א הארציגן דאנק! --בן-עמי 20:24, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)
- האסט דען פארשטאנען? איך זעה דאך דו שרייבסטיך דאך אלטס נישט אונטער, איז פארוואס דאנקסטו מיך אז איך האב גערעדט צום דופן העקומה?--יודל 20:20, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)
- ווי? הא? כ'הער נישט! --בן-עמי 20:24, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)
- האסט דען פארשטאנען? איך זעה דאך דו שרייבסטיך דאך אלטס נישט אונטער, איז פארוואס דאנקסטו מיך אז איך האב גערעדט צום דופן העקומה?--יודל 20:20, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)
בן עמי'ס ישוב הדעת קוקט אויס ווי א עלטערער איד, און יודל קוקט אויס ווי א יונגעערמאן, --יעקב 21:02, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)
נישט גערעכנטע (זעה הילף)
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- "ניין" - פשוט שכל, איז דען וויכטיג צו ניצן א קרומע נאמען, ווען מען קען לייכט ניצן א כשר'ע נאמען, - ישר כח בן עמי, וואס רעדט מיט שכל און ישוב הדעת - --יעקב 20:23, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)יעקב.
- "ניין" - "וויקיפעדיע" דארף זיין א פלאץ ווי יעדער קען זיך פילן גוט צו ליינען וואס מ'שרייבט איבער זייער רבי און חסידות, און זיך נישט שפירן געטראפן אז מ'רופט זיי אן מיט א שפעט נאמען וואס א פאר ליידיגייערס האבן אויסגעטראפן, און וואס פעלט בכלל נישט אויס צום אינפארמאציע פון יענער אדמו"ר. דאס איז גערעדט אויף א פערסאנעל אופן, און מער ווי דעם כלפי שמים איז דאס א מורא'דיגע הארבע זאך צו רופן א צווייטן מיט א נאמען וואס ברענגט ארויס שאנדע, דאס פאסט נאר פאר די נאציס ימ"ש אין דייטשלאנד וואס האבן גערופן די יודען "יודע" זיי צו שפעטן. - --חיים יודל 20:20, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)חיים יודל. (איך האב געלייגט א חתימה)
די וואלן איז געשלאסן
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]געשטימט: מען מעג שרייבן אהרונים און זאליס.
וואל 3#: זאל מען לאזן מעקן שלעכטע פאקטן אויף רביס?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מיר ווייסן אז דער ציל פון וויקיפעדיע, איז צו באשאפן א ביינאזאמער דאטעבאזע פון אינפארמאציע דורך דעמאקראטיע, און אמת, מאכט זיך אבער א פראבלעם: לי יהא עס איז דא א אדמו"ר וואס האט מזנה געווען מיטן ראש הקהל'ס טאכטער, איז געקומען איין וויקיפעדיע באנוצער און דאס דאקומענטירט, די שאלה איז נישט צו עס איז אמת, דאס איז כולי עלמא מודי, דער פראבלעם איז נאר אז דער אדמו"ר איז פארגעטערט ביי זיינע חסידים, און ביי זיי איז דאס הויכע זאכן אדער ווילן זיי דאס פארשווייגן ווייל זיי טענה'ען אז דאס איז א חילול ה' צו מפרסם זיין, ווייל פרעמדע אידן ליינען דאס און ווערן אפגעשוואכט זייער אמונה אין דעם דרך החסידות. מעג מען דאס לאזן אויסמעקן יא, אדער ניין?
ביטע זיך אונטערשרייבן די חתימה נאכן וויילן, אז נישט איז אייער שטימער ארויסגעווארפן אין גארביזטש וואלן דורכפירונג
ניין
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ניין מען טאר נישט לאזן מעקן, אבער אויב איינער מעקט זאל ער נישט הייסן קיין וואנדאל, ווייל אים באדערט דאס זייער שטארק ואין אדם נתפס על צערו.--יודל 23:45, 27 פֿעברואַר 2006 (UTC)
- ניין. מען קען נישט לאזען יעדעם מעקען אויף א זאך וואס אים פערסאנעל שמעקט נישט. --Amsgila123 00:10, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)
- ניין אבער מען דארף זיין פארזיכטיג ווי מען דערציילט דאס. ווצ"ב נישט אריין לייגן ווערטער "רח"ל" נאר עס דארף ווערן דערציילט קאלט בלוטיג מען זאל נישט שפירן דעם שרייבערס דעה דערפון. ►רוני◄ 04:46, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)
- זיכער ניין. דען אױב קען יעדער מעקן װאָס ער באַגערט (נישט...) דאַן איז װיקיפּעדיע מער נישט "די פרײַע ענציקלאָפּעדיע". --Mosha 06:15, 8 מאַרץ 2006 (UTC)
נישט גערעכנטע (זעה הילף)
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- יא, איך זעה קלאר א פאקט, אז יעדער שלאגט זיך פאר זיין חסידות, בעסער רו איין און זיי שטיל, און לאז מנוחה, און באשמוץ נישט קיין ערליכע אידן! הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה! יעקב--יעקב 20:16, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)
- "יא" וויקיפעדיע לויט מיין דעה איז א פלאץ וואס טוט דערציילן פרידליכע נייעס, גענעראלע אינפארמאציע, שיינע ידיעות וכו' פארוואס זאל אזא געלונגענע פארום פארוואנדלט ווערן אין א פלאץ וואס גיבט יעדער צודרייטער דער מקום צו פארשעמען מענטשען, מאכן פריוואטע זאכן פאר פאבליק נייעס וואס רוב מאל איז עס נישט אמת אדער דריי פערטל ליגנט. פרובירן זאל איינער צו שרייבן פריוואטע זאכן אויף די שרייבערס וואס שרייבן אריין די אלע נעגאטיווע אינפארמאציע אויף אדמו"רים, הוי וואו ער וועט שפרינגען, אזוי ווי עס שטייט בפירוש "בור כרה ויחפרהו" דעם גרוב וואס ער גראבט פאר יענעם וועט ער צום סוף דארט באגראבן ווערן. אזוי ווי המן איז געהאנגען געווארן אויף זיין אייגענעם תלי' וואס ער האט געבויט פאר מרדכי. וועגן דעם זוכטס נישט אזעלכע וועגן צו באשמוצען יענעם ווייל סוף גנב לתלי'. --חיים יודל 20:22, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)חיים יודל
עס איז גערעכט אז דאס זענען נישט גערעכנט, ווייל אזוי זאגט דאך די גמרא אויף עיקבתא דמשיחא, והאמת נעדרת!!! --יעקב 21:06, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)
די וואלן איז געשלאסן
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]געשטימט: נישט לאזן מעקן פאקטן אויף רבנים.