לדלג לתוכן

גלויבן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון גלויבונג)
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם סובסטאנטיוו גלויבן. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט גלויבן (באדייטן).

גלויבן, (העברעאיש - אמונה ענגליש - belief), באציעט זיך צו יעדע זאך וואס דער מענטש האט ערייכט נישט דורך זיין אייגענע איבערצייגונג, נאר דורך גלייבן אן אנדערן וואס האט דאס ערייכט דורך זיין אייגענעם איבערצייגונג.

  • גלויבן און גלייבן האבן צוויי אנדערע באדייטן, גלויבן איז א סובסטאנטיוו (שם העצם)(העברעאיש - אמונה, ענגליש - belief), גלייבן איז א ווערב (שם הפעילה) - אויף (העברעאיש - להאמין, ענגליש - believe), (צו האבן גלויבן דארף מען גלייבן).
  • וויסן און גלויבן זענען צוויי אנדערע סובסטאנטיוון – (שמות), צו-וויסן און גלייבן זענען צוויי פארשידענע ווערבען – (פעילות) (א מענטש גלייבט וואס אן אנדערער ווייסט).

וויסן באציעט זיך צו יעדע זאך וואס דער מענטש האט ערייכט מיט אייגענע איבערצייגונג, באנוצנדיג זיך מיט די געפילן – חושים – senses – וואס מען פארמאגט צו ערייכן דעם וויסנטשאפט, צ.ב.ש. זען, הערן, פילן, שמעקען, מאטעמאטישער בארעכנונג, לאגישער בארעכנונג, א.ז.ו. אנדערע וויסנטשאפטליכער מעטאדעס.

גלויבן באציעט זיך צו יעדע זאך וואס דער מענטש "האט נישט ערייכט מיט אייגענע איבערצייגונג", אבער באנוצנדיג זיך מיט זיינע געפילן האט ער דאס ערהאלטן פון איינעם וואס האט דאס ערייכט דורך אייגענע איבערצייגונג. גלויבן באציעט זיך צו יעדע זאך, וואס איז נישט ערייכט געווארן צו דעם גלייבנדן מענטש דורך זיינע אייגענע איבערצייגונג, אבער עס איז ערייכט געווארן צו א געוויסן אנגענומען און פארלעסליכן מענטש, אדער צו מערערע גרויסע פאפולערע מענטשן איז עס ערייכט געווארן, אדער דאס גלייכן, אין א געוויסן מאמענט מיט א קלארער איבערצייגונג, און ס'איז אומאיבערגעהאקט איבערגעגבן צו דעם גלייבנדן מענטש, דירעקט פון די דאזיגע איבערגעצייגטע מענטשן, אן אומאיבערגעהאקטע איבערגעבונג ווי פון א טאטן צו א קינד. [1]

דאס ווארט גלויבן:

  • ווערט באנוצט אין טאג טעגליכן געשפרעך אלס אויסדרוק פאר רעליגיע, וויבאלד יעדע רעליגיע שטעלט פאָר זיין אייגענעם גלויבן (פעלט א מקור).

דאס ווארט גלייבן ווערט באנוצט אין טאג טעגליכן געשפרעך נישט דירעקט און פארבינדונג מיט גלויבן:

  • ווען א מענטש שטעלט זיך פאָר איבער א געוויסע זאך וויאזוי ס'וועט זיין, (ענגליש - asume), ווערט אויסגעדרוקט "איך גלייב ס'וועט זיין אזוי". צ.ב.ש. א מענטש וואס איז געפארען שנעל און א פאליציי האט עם אפגעשטעלט, גלייבט ער אז ער וועט ווארשיינלעך באקומען א רעפּאָרט, ווייל ער שטעלט זיך אזוי פאָר.
  • ווען א מענטש פארטרויט זיך אויף אן אנדערען, (העברעאיש - בטחון, ענגליש faith), ווערט אויסגעדרוקט "איך גלייב אין דעם אנדערען".
  • ווען דער מענטש פארטרויט אן אנדערן, (ענגליש trust), ווערט אויסגעדרוקט "איך גלייב דעם אנדערען", אדער "דער אנדערער איז ביי מיר באגלייבט". צ.ב.ש. א מעטרעאלאג זאגט מארגן גייט זיין קאלט, "גלייבט" מען אז ס'וועט זיין אזוי ווייל מען האט פארטרויען אין זיינע בארעכענונגן.

גלייבן אין אייבערשטן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אמונת השם

אמונת השם - גלייבן אין אייבערשטן - איז פון די פרינציפן עקרים פון יידישקייט, דער רמב"ם רעכנט דאס דער ערשטער פון די שלושה עשר עיקרים וואס ער האט אוועק געשטעלט.

  1. ספר העקרים מאמר ראשון פי"ט