לדלג לתוכן

רעדן:גלויבן

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

אלבערט אײַנשטײן

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

צי ער האָט געגלײבט צי ניט איז דאָ אַ שװערע דיסקוסיע, קענסט ניט ברענגען נאָר אײן זײַט און פֿאַרשײדענע שװאַכע מקורות פֿון Answers.com. אין װיקיפּעדיע דאַרף מען זײַן פֿאָרזיכטיק מיט מקורות. איך װאָלט אַראָפּגענומען אינגאַנצן אַלבערטן פֿונעם אַרטיקל, װײַל ס'ניט קלאָר צי ער האָט געגלײבט אין גאָט צי ניט. דער ענין איז פֿאַרנעפּלט. ►רוני◄ 21:57, 1 דעצעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

א גיטען מר. רוני

דער ענין איז נישט פארנעפעלט, עס איז גאנץ קלאר.

וואס איז א גיטע מקור? וואס איז א שוואכע?

עס האט אן אנדערע מקור אויך קיק דא http://www.time.com/time/2007/einstein/16.html.

אויך דר, פלו האט געזאגט אז איינשטיין האט געהאלטען פין איטעלעדשזעט דיזיין

איינשטיין האט זיך גערעגט אז די אטעיסטען זאגען אז ער האלט מיט זיי.

ישר כח. --אהרן 22:24, 1 דעצעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

דער ענין איז ניט שװאַרץ־װײַס. איך האַלט מע זאָל אַראָפּנעמען אָדער מאַכן װאַלן, און אױב מ'װעט זיך ניט אַן עצה געבן, װעט מען פֿרעגן אונדזער פֿאַרװאַלטער הראל פֿון דער העברעישער װיקיפּעדיע װאָס איז זײַן דעה. ►רוני◄ 22:51, 1 דעצעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

גערעכט, איך בין מסכים. אויב די ווילסט קען מען שרייבען אזוי: אסאך פלעצער ברענגען אויסציגאן פין איינשטיין וואס זעט אויס ער האט געגלייבט....--אהרן 23:05, 1 דעצעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

דעס וואס איינשטיין האט געזאגט אז ער גלייבט ווי שפינאזא, דארף מען וויסען וואס ער האט געמיינט. שפינאזא האט געהאלטען אז די גאנצע נאטור איז "איין" זאך. צי ער האט געהאלטען אין אינטעלדזענט דיזיין צי נישט ווייס איך נישט.

וויאזוי ס'זאל נישט זיין איז דא אסאך מקורות וואס ברענגען די אלע אויסציגען וואס איינשטיין האט געזאגט אז ער האלט פין א העכערע כח וואס איז נישט פיזיקעל, אין אז די וועלט איז באשאפען מיט שכל.

אויך איז איינשטיין געווען א גרויסע שונא פאר "רענדעמניס--אהרן 23:12, 1 דעצעמבער 2009 (UTC)"[ענטפֿער]

קמאענטאר אויף רעדן בלאט

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קודם כל עוואלישען איז נישט קיין סתירה צי א באשאפער, ס'קען זיין דער באשעפער האט געמכאט די בינג בענג. (עס שטייט אין רמב"ן פ' בראשית אז אין די ערשטע טאג האט די באשטעפער באשאפען די DNA (יולי) פין די גאנצע בריאה אין איין סקונדע. דעס שטימט אבסיעל מיט די בינג בענג) קיינער פין די סייענסטיסטן זאגן אז עוואלישן איז א סתירה, זיי זאגען נאר אז זיי האבען ראיות דורך סייענס ביז די ביג בענג, וואס איז געווען פריער האבען זיי נישט קיין ראיות.

צווייטענ'ס, עס שטייט נישט אין ערגעץ אז עעואלשען פארענטפערט אלע קשיות. עעועלאשען אין ביג בענג האט נאר אופיגעטיען אז אלעס קימט פין איין מקור (וואס צי דעם זענען די מאמינים אויך מודה - אדרבה), וועגען דעם איז דא ווייניגער "רענדעמנע'ס" - ווייניגער "ציפאל'ס". אבער מיט דעם אלעם בלייבט נאך קשיות פין רענדעמנע'ס. די איינציגסטע וועג איז צי זאגען אז אלעס אלעס אין אלעס, קימט פין איין מקור אין ויבאלד עס איז דא אזאך ווי שכל אין הרגש אין די וועלט איז על כרחך דע מקור האט עס אויך כביכול. דאס מיינט "מצוי אחד שהוא המקור האמת והמציאות" - אין אינטעלעדזענט דיזיין, וואס די רמב"ם זאגט. פאשרטייט זיך אז די מהות פין די מצוי קען מען נישט פארשטיין ח"ו ואסור להרהר בזה - במופלא ממך אל תדרוש.

דריטענ'ס, עס איז דא אסאך גרויסע רעספעקירטע (אנטעני פלו) וואס זאגט היינט אז עוועלאשען פארענטפערט נישט אלע קשיות. אויך Robert C. Newman, Ph.D (די פלאץ וואס די האסט ציגעצייכענט) שטייט אויך אזוי (פארקערט ווי די שרייבסט. אויך איז דא אסאך מקורות וואס זאגען נאך פין אלבערט איינשטיין די זאך. קיק "וויקי ענסערס".

אלבערט איינשטיין פלעגט זיי אנריפען פאנאטישע אפיקורסים

שרייב נישט קיין שקר. דאס איז אן עכטע משל ווי אפיקורס ישראל דפקר טפי. א גוי וועט נישט שרייבן קיין שקר --אהרן 16:57, 3 דעצעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

קײנער זאָגט ניט אַז עװאָלוציע איז אַ סתּירה מיט אמונה אין גאָט. אַ סך קריסטלעכע װיסנשאַפֿטלער װעלכע גלױבן אין דער טעאָריע פֿון עװאָלוציע גלױבן אױך אין גאָט. ►רוני◄ 21:44, 3 דעצעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

מסדר זיין דעם בלאט

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער רמב"ם זאגט[1] "יסוד היסודות "ועמוד החכמות" לידע שיש שם מצוי ראשון והוא ממציא כל נמצא, וכל הנמצאים משמים וארץ ומה שביניהם לא נמצאו אלא מאמתת המצאו" וכו'.

ווערט שוין געברענגט אין ארטיקל אמונת השם.--יוסל 22:08, 3 דעצעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

כדי די וועלט זאל קענען זיין, האט געמוזט זיין אסאך זאכן אויף א געוויסן אופן. (למשל אויב די ערד וואלט געהאט מער אקסיזשען וואלט עס געווארען פארברענט, אויב אביסעל ווייניגער וואלטן בעלי חיים נישט געקענט לעבן. - נאך הינדערטער זאכען מיז זיין אויפען "האר" ווי עס איז - כדי די ערד זאל קענען זיין[2]). אויך למשל, דער גוף פון דעם מענטש, די בעלי חיים, די פיש, די געוויקסען, מוז שטימען פינטקליך טויזנטער זאכן אז ער זאל קענען לעבן[3]. (אין ביי די בעלי חיים אויף די טריקעניש איז דער ציזאמשטעל גאר אנדערש ווי ביי די פיש; אין ביי די געוויקסען איז עס גאר אנדערש, וכדומה).

געהערט נישט צי דעם ארטיקל און אויך נישט אונטער אמונת השם, אפשר אונטער פיליזאפיע?--יוסל 22:08, 3 דעצעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

כדי די וועלט זאל קענען זיין, האט געמוזט זיין אסאך זאכן אויף א געוויסן אופן. (למשל אויב די ערד וואלט געהאט מער אקסיזשען וואלט עס געווארען פארברענט, אויב אביסעל ווייניגער וואלטן בעלי חיים נישט געקענט לעבן. - נאך הינדערטער זאכען מיז זיין אויפען "האר" ווי עס איז - כדי די ערד זאל קענען זיין[4]). אויך למשל, דער גוף פון דעם מענטש, די בעלי חיים, די פיש, די געוויקסען, מוז שטימען פינטקליך טויזנטער זאכן אז ער זאל קענען לעבן[5]. (אין ביי די בעלי חיים אויף די טריקעניש איז דער ציזאמשטעל גאר אנדערש ווי ביי די פיש; אין ביי די געוויקסען איז עס גאר אנדערש, וכדומה).

די ספרים זענען פיל איבער חכמת הבורא--יוסל 22:08, 3 דעצעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אפילו עס קען זיך אמאל מאכען "רענדעם איווענטס", אדער א צופאל ("Coincidences"), אבער עס מאכט זיך נישט ציסאך "צופאל'ס". (למשל, א מענטש מאכט אסאך קאר עקסידענט'ס, יעדעס מאל האט ער א גיטע אנדערע תירוץ; אבער די אמת איז, אין אזוי וועלען מענטשען אננעמען, אז אלע עקסידענט'ס האבען איין סיבה, ווי למשל ער קען נישט דרייווען. - אויך די יוסטיץ וועט אורטיילן א מענטש פאר לאנגע יארען תפיסה אדער טויט שטראף דורך "אסאך" Circumstantial evidence, ווייל מ'נעמט אן אז עס צייגט אן די אמת[6]. ד.ה: אסאך ציפאל'ס צייגט אויף איין סיבה. - אויך איז די ראיות א חלק פין וויסענשאפטלער אין סיינעס. קיק מער וועגען דעם דא [7]).

וועגן דעם איז נישט לאגיש צו זאגן אז עס די אלע טויזנטער און מיליאנען (אפשר ביליאנען) זאכן איז פערצופאל (סיי ביי בעלי חיים אויף איין אופן, ביי געוויקסען אויף אן אנדערע אויפן, סיי ביי טויזענטער אנדערע זאכען) ציזאמגעקימען אויף אזא פינקטליכע אופן. עס מיז זיין איינער מיט חשבון און לאגיק האט עס צוזאמגעשטעלט. (אזוי ווי א מענטש גייט אין קאסמאס און ער טרעפט א בוך מיט א לאנגער מעשה, וועט ער נישט זאגן אז עס האט זיך אויסגעגאסן טינט און עס איז צוזאמגעשטעלט געווארן אותיות, נאר ער וועט זאגן א בעל שכל האט עס געשריבן.)

נישט קיין אונציקלופעדישער פאראגראפן--יוסל 22:08, 3 דעצעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

צװישן די אנגענימענע גרויסע װיסנשאַפֿטלער זײַנען געווען א סך וואס האבן געגלייבט אין איין גאט, און אז ער האט באשאפען די וועלט[8]. היינט איז אויך דא באקאנטע וויסנעשאפטלער וואס זאגן אז אלע קשיות ווערט פארענטפערט מיט עװאָלוציע[9] פאלשע מקור פאלשע מקור - דארט שטייט פינקט פארקערט שרייב נישט קיין שקר. דארט שטייט אזוי: The odds against a universe like ours emerging out of something like the Big Bang are enormous<|>---<|>I think there are clearly religious implications whenever you start to discuss the origins of the universe. There must be religious overtones. But I think most scientists prefer to shy away from the religious side of it.10

אויך א גרויסע באקאנטער גוועזענע אטיעסט אנטענעי פלו זאגט אז עוועלישאן פארענטפערט גארנישט.

געהערט צו א ארטיקל פיליזאפיע--יוסל 22:08, 3 דעצעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אזוי ווי כלל ישראל האט מקבל געוווען אין עס שטייט באַשריבן אין דער תורה (שמות יט - כ), אז דאס פֿאָלק ישראל זײַנען געשטאנען ביים בארג סיני אין יאר ב'תקמ"ח[10] און זיי האבען געהערט און געזען בחוש דעם קול פון גאט. דער קול איז ארויסגעקומען פון צווישן א גרויסן פייער, רויך, וואלקן, דונערן און בליצן און די גאנצע בארג האט שטארק געציטערט. די פאלק איז געשטאנען לעבן בארג, דער באשעפער האט גערופען משה רבינו און משה איז ארויף אויפן בארג. דאָס פאלק ישראל ביים בארג סיני האבן געהערט ווי דער אייבערשטער רעדט צו משה, און וועגן דעם "גלייבן" זיי אלעס וואס משה רבינו זאגט אפילו נאכדעם אויך. "הנה אנכי בא אליך בעב הענן בעבור ישמע העם בדברי עמך, וגם בך יאמינו לעולם".

אויך איז געשען אסאך אומנאטירלעכע זאכן אין מצרים אין אין מידבר, ווי קריעת ים סוף, [11] דער "מן"[12], אין נאך[13]. וואס די אלע זאכען איז געשען פֿאָרױס טיזענטער מענטשען.

די אלע אויבן דערמאנטע זאכען איז דאקאמאנטירט געווארען אין דעם תנ"ך, און מענטשן פון פאלק ישראל געגלױבט אין היסטאריע אן איבערהאקונג. אויך שפעטער אפילו עס האט זיך געמאכט מענשטען אין גרופעס וואס האבען זיך אפגעטיילט פון די סנהדרין אין תנאים (ווי די צדוקים), האבן אויך געגלייבט אין מעמד הר סיני.

געהערט צו ארטיקל איבער הפלאות הבורא אדער מעמד הר סיני אדער מתן תורה נישט דא--יוסל 22:11, 3 דעצעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

ר' יוסל איך האב שוין געזאגט אז איך האלט נישט ממש אזוי דיר, נאר וויבאלד איך "גלויב" די מיינסט עס מיט ערליכע כוונת, אני מבטל דעתי --אהרן 22:58, 3 דעצעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]




  1. יסודי התורה פ"א ה"א
  2. http://www.asa3.org/aSA/resources/Newman.html
  3. וועגען דעם איז איינער אן אנערקעטער פילאזאפער, לעצטענס געווארען א מאמין אין בריאת העולם דורך א באשאפער. קיק מער וועגען דעםhttp://www.amazon.co.uk/There-God-Notorious-Atheist-Changed/dp/0061335304
  4. http://www.asa3.org/aSA/resources/Newman.html
  5. וועגען דעם איז איינער אן אנערקעטער פילאזאפער, לעצטענס געווארען א מאמין אין בריאת העולם דורך א באשאפער. קיק מער וועגען דעםhttp://www.amazon.co.uk/There-God-Notorious-Atheist-Changed/dp/0061335304
  6. http://en.wikipedia.org/wiki/Circumstantial_evidence
  7. http://en.wikipedia.org/wiki/Circumstantial_evidence
  8. http://www.godandscience.org/apologetics/sciencefaith.html#aW2xIFLC5k9I
  9. http://www.asa3.org/aSA/resources/Newman.html
  10. רש"י וגמרא מס' ע"ז ט ע"א
  11. שמות ט"ו א' - דברים ד' - דברים ו'
  12. שמות ט"ז - דברים ח'
  13. די מעשה מיט "קרח", דער "נחש", דער "מי מריבה".