לדלג לתוכן

ווערב

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון צייטווארט)

א ווערב אדער צײַטװאָרט (ענגליש: verb ווערב) איז דער נאמען פון א טואונג, עס איז יעדע ווארט וואס באלאנגט צו דער טייל פון שמועס וואס באטיטלט און טוט אויסדרוקען די עקזיסטענץ, גאנג, אדער געשעעניש און דאס טוישט זיך לויטן קערפער, צייט צאל און מין.

א ווערב קען זיין:

  • אומטראנציטיוו - ער האט א סוביעקט אבער נישט קיין אביעקט
  • טראנציטיוו - ער האט א סוביעקט און איין אביעקט
  • צווייטראנציטיוו - ער האט א סוביעקט און צוויי אביעקטן