װיקיפּעדיע:מוסטערן
א ליסטע פון אלע יידישע מוסטערן פון גרייטע קעסטלאך כדי צו צייכענען וויכטיגע באַמערקונגען. זעט הילף:מוסטערן וויאזוי דאס ארבעט.
געשטעלט צו מעקן
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- געשטעלט צו מעקן איז א פארעם וואס איר קענט לייגן ביי ארטיקלען וואס צוליב א געוויסע סיבה קלערט איר אז זיי זיינען נישט פּאַסיג צו זיַין אינעם וויקיפּעדיע.
ווען איר שרייבט אזא פארעם, ווערט איר געבעטן אויך שרייבן די סיבה דערפון אינעם רעדן בלאט. (אויב איר קלערט אז מען דארף נאר פאַרבעסערן דעם ארטיקל, נוצט זיך מיטן פארעם {{איבערשרייבן}}).
און איר וועט זען דעם פארעם:
![]() |
דער ארטיקל איז געשטעלט אויסצומעקן אין וויקיפעדיע:בלעטער צו אױסמעקן ביטע שמועסט אייך געהעריג דורך דארטן צו גרייכן א קאנצענזוס צי מען זאל דאס אויסמעקן אדער נישט. מען זאל נישט אראפנעמען דעם צעטל ביז דער שמועס איז געשלאסן. |
איבערשרייבן
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- איבערשרייבן איז א פורעם וואס איר קענט לייגן ביי ארטיקלען וואס זיינען בעשריבן אומבאטאמט.
און איר וועט זען דעם פורעם:
![]() |
דער אַרטיקל אָדער די אָפטיילונג נויטיגט זיך אין א קאָמפלעטער איבערשרייבונג. ביטע דאס דורכשמועסן אין דעם שמועס בלאַט. |
מחלוקת
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מחלוקת איז א פורעם וואס איר קענט לייגן ביי דעליקאטע ארטיקלען וואס איז געמישט מיט פיל מיינונגען.
און איר וועט זען דעם פורעם:
אכטונג: יעדער ארטיקל פון וויקיפעדיע ווערט געשריבן נייטראל.
|
באדייטן
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- באדייטן איז א פורעם צו לייגן ביי א ווערט וואס האט עטליכע באדייטן.
און איר וועט זען דעם פורעם:
דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן:
XXX
![]() |
אױב איר זײַט אַהער געקומען דורך אַ לינק פֿון אַן אַרטיקל אין דער װיקיפּעדיע, װעלן מיר אײַך דאַנקען אױב איר קענט צוריק גײן צום בלאַט מיטן לינק װאָס האָט אײַך אַהער געשיקט, און פֿאַררעכטן דאָרטן אַז דער לינק זאָל שיקן פֿון הײַנט מאָל גלײַך צום ריכטיקן אַרטיקל. |
זעהט צו ביישפיל דא: שולע
שלום עליכם
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- שלום עליכם איז א פורעם צו באגריסן נייע באַניצער.
וועט איר זען דעם פֿארעם:
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.






מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער
קאָפּיע
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- קאָפּיע איז א פורעם צו שיקן באנוצערס וואס האבן קאפירט אינהאלט פון אומערלויבטע פלעצער.
און איר וועט זען דעם פורעם:
שלום עליכם!
מיר דאנקען דיר זייען פאר'ן שרייבן ארטיקלען אינעם וויקיפּעדיע.
אָבער דער אַרטיקל וואס האסט דא געשריבן צעברעכט ערשאַפֿער רעכטן.
לויטן וויקיפּעדיעס טאַקט טאר מען נישט קאָפירן אַרטיקלען פון אנדערע ערשאפערס. אויב דו ביסט ערלויבט (צוליב וואס) צו איר קאָפּירן, ביטע שרייב דאס אינעם רעדן-פלאץ, אדער צו איינע פון די אקטיווישע דירעקטאָרס.
וואָרענונג
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- וואָרענונג איז א פורעם צו אנווארן שרייבערס וואס האבן משחית געווען ארטיקלען ביודעים ובלא יודעים.
און איר וועט זען דעם פורעם:
![]() |
געערטער באנוצער! מיר לאדענען אײַן אלע זיך צו באטייליגן אין דער וויקיפעדיע און העלפן דאס צו פארבעסערן. אבער ענדערונגען וואס זוכן צו רעדוצירן די קוואליטעט פון דער ענציקלאפעדיע זענען וואנדאליזם און שטרענג פֿארבאטן. אזוי למשל די רעדאקטירונג וואס איר האט אדורכגעפירט. מ'האט צוריקגעדרייט צום פריערדיקן מצב דעם בלאט וואס איר האט רעדאקטירט, ממילא איז קיין שאדן נישט געבליבן. אבער טאמער האלט איר אן אין דעם שטייגער קען מען אייך בלאקירן פון וויקיפעדיע. |
- ווען איר ווילט מאכן א רעדאקטירונג פראבע, קענט איר מאכן דאס אין דעם זאמדקאסטן.
- אויב איר האט געזוכט אן ארטיקל און אים נישט געטראפן, מ'קען איבערלאזן א בקשה אז עמעצער זאל אים שרייבן אין װיקיפּעדיע:בעטן ארטיקלען.
- אויב פילט איר אז אייערע ענדערונגען זענען נישט אין כלל פון וואנדאליזם, ביטע ערקלערט אייער מיינונג אויף דעם שמועס בלאט פונעם ארטיקל.
אויסגעמעקט
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אויסגעמעקט איז א פורעם וואס לאסט וויסן דעם שרייבער אז זיין ארטיקל האט געמוסט אויסגעמעקט ווערן פונעם וויקיפעדיע. געווײנטלעך באקומט דער שרייבער אויך א פערזענליכע מעלדונג מיט אן ערקלערונג פארוואס האט מען געמוסט אויסמעקן זיין ארטיקל.
און איר וועט זען דעם פורעם:
שלום עליכם!
מיר דאנקען אײַך זייער פארן שרייבן ארטיקלען און פארן אויף בויען דער יידישער װיקיפּעדיע'ס ענציקלאָפּעדיע.
אָבער ליידער האבן מיר געמוזט אויסמעקן אײַער ארטיקל, פון וועגן אומערלויבטן אינהאַלט, אדער אן ארטיקל וואס איז צו קורץ צו האבן א פלאץ אין אן ענציקלאפעדיע. אויב איר האלט אז דאך זאל דער ארטיקל בלייבן ווייל איר האלט ביי פארברייטערן אים, דארפט איר ווענדן צו סיסאפן מיט א בקשה מבטל זיין דאס אויסמעקן און צוריקשטעלן דעם בלאט.
איר זענט אײַגעלאַדן צו ליינען דעם האנטבוך כדי צו פארשטיין בעסער די סטאנדארטן וואס וויקיפעדיע פֿאדערט.
פאראייניקן
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]צומאלן ווערט געשריבן א געוויסע ארטיקל דורך צוויי מענטשן אויף איין ענין, נאר יעדער איינער האט געשריבן אן אנדער קעפל צום ארטיקל. ביי אזא פאל שטעלן מיר צוזאמען ביידע ווערסיעס אין איין ארטיקל אונטער א פאסיגע קעפל, און מיר שטעלן זיי צוזאם אדער בעטן מיר אנדערע זיי צוזאמען שטעלן. כדי צו אויפמערקן דעם ארטיקל אז מען דארף איר צוזאמען שטעלן, שטעלט אין אנפאנג פון דער ארטיקל דער מוסטער {{פאראייניקן|צווייטן-ארטיקל}} און איר וועט זען די טאוועלע:
דער ארטיקל איז פארגעשלאגן צו פאראייניקן מיט צווייטן-ארטיקל.
איר ווערט געבעטן אים פאַררעכטן.
נישט פארטיק בעט הילף פון אנדערע
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אויב איר פאנגט אן שרייבן אן ארטיקל, און איהר ווילט נאר שרייבן איין איינצעלהייט פון דעם ארטיקעל. אדער פלאנט איהר א קומענדיג מאהל צוענדיגען, און איהר ווילט אז אנדערע זאלען אויך צולייגען א האנט ביזדערווייל, לייגט איהר אריין די מוסטער {{נישט פארטיק}} כדי צו בייצייכענען אז אנדערע קענען אדער זאלן העלפן, די מוסטער לייגט מען ביים סוף פון ארטיקעל, ס'שטערט פון אנפאנג.
כדי צו צולייגן די פארעם, שרייבט אזוי:
און איהר וועט דאס זען:
![]() |
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ. דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען. |