שמעון נתן נטע בידערמאן (בני ברק)
געבורט |
1931 בני ברק, בריטישער מאנדאט | |
---|---|---|
טויט | 28 סעפטעמבער 2009 (אלט 78 בערך) | |
מדינה | ישראל | |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים | |
פאך | רב | |
רבי שמעון נתן נטע בידערמאן | ||
---|---|---|
געבורט | טבת ה'תרצ"א | |
פטירה | י' תשרי ה'תש"ע | |
קבורה ארט | הר הזיתים | |
חסידות | לעלאוו | |
פירערשאפט | תשמ"ז - תש"ע | |
הויף ארט | בני ברק | |
פאטער | רבי משה מרדכי בידערמאן | |
מוטער | עטיל בידרמן | |
ווייב | לאה איטא | |
קינדער | אליהו עזריאל, אהרן, יעקב יצחק, אסתר צירל |
רבי שמעון נתן נטע בידערמאן (געב' טבת ה'תרצ"א; נפטר יום כיפור ה'תש"ע) איז געווען דער לעלאווער רבי אין בני ברק.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שמעון נתן נטע איז געבוירן געווארן טבת תרצ"א צו זיין פאטער רבי משה מרדכי פון לעלאוו. ער האט געוואוינט אין צפת און פופצן יאר אין קרוין הייטס, ברוקלין. אין זיינע יונגערע יארן האט ער געלערנט אין דער תומכי תמימים ישיבה אין תל אביב, ביי הרב רפאל כהן.
נאך זיין פאטערס פטירה אין תשמ"ז האט מען אים געקרוינט קארלין-לעלאווער רבי. שפעטער, צוליב א מחלוקת אין קארלין, האט ער באשלאסן אז ער וויל מער נישט פירן די קארלינער חסידים, נאר די לעלאווער חסידים.
זיין בית מדרש איז געווען אין בני ברק. אין זיינע לעצטע טעג האט ער געוואוינט כמעט א גאנץ יאר אין צפת.
ער איז נפטר געווארן יום כיפור תש"ע, און מען האט אים באערדיקט אין הר הזיתים.
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שמעון נתן נטע האט געהייראט מרת לאה איטא (נפ׳ א' אדר ב' ה'תשע"א), טאכטער פון הרב שלמה פריינד. זיי האבן געהאט דריי זין און זעקס טעכטער:
- רבי אליהו עזריאל, דינט אלס רבי אין רמת לעלוב, בני ברק.
- רבי אהרן, דינט אלס רבי אין בית שמש—רוב פון די חסידים האבן אים מקבל געווען ווי זייער רבי.
- רבי יעקב יצחק, דינט אלס רבי אין ירושלים.
- גאלדא פריידא (נפ' געווארן ה'תשע"ח, ווייב פון רבי יששכר דב לייפער, נאדווארנער רבי אין צפת.
- ווייב פון הרב אליהו (אייליש) באכנער, וואוינט אין פאראייניגטע שטאטן.
- ווייב פון הרב שמחה אברהם קארנרייך, באבאווער חסיד.
- ווייב פון הרב מענדל גאלד, רב פון קהל בית אשר אין בארא פארק.
- ווייב פון הרב אברהם משה גראס, היינטיגער רב פון קערעסטיר בערבעשט, א סקווערער חסיד.
- אסתר צירל, ווייב פון הרב ישראל ערנסטער, זון פון הרב מנחם ערנסטער, דער וויזשניצער ראש ישיבה.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אדמו״ר רבי שמעון נתן נטע בידערמאן, נזר התורה, בסוגיא דקונם אני עושה לפיך, ביי HebrewBooks