שלום עליכם שולן

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

צווישא - "שלום עליכם" שולן ("קינדערלאנד" און "רמת שלום") איז דער נאמען פון א נעץ יידישע ציוניסטישע שולן אין ארגענטינע און אורוגוויי. די ערשטע "שלום עליכם שול" איז געגרונטעט געווארן און יאר 1934, מיטן אויפקום פון דער "צווישא" ("צענטראלע וועלטלעכע יידישע שול ארגאניזאציע"). אין דער יידישער וועלט, ווערט אנגענומען די צווישא ווי א וועג-ווייזער אין דעם יידישן וועלטלעכן חינוך אין לאטיין אמעריקע.

דער מאטא פון די עסקנים און שול-טוער פון דער צווישא איז געווען: "אויב פון דעם בניין וועט ארויס א מניין, איז דאס אן עניין".

סקעפטיקער, שטרויכלונגען און שוועריקווטן האבן נישט אויסגעפעלט. אבער אין דער פערספעקטיוו פון דער צייט, קענען מיר פעסטשטעלן אז ס'איז געווען כדאי, און פון דער צווישא איז וא ארויס א מניין.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שוין אין יאר 1920, א גרופע אימיגראנטן, אידעאליסטן פון דער לינקער פועלי ציון פארטיי, גרונדן די באראכאוו שולן אין בוענאס איירעס, ארגענטינע. די יונגע יידישע אימיגראנטן, אין עלטער פון ארצן ביז דרוו און צוואנציק יאר, אנגעקומענע פון מזרח-אייראפע האבן פארשטאנען. די וויכטיקווט פון שאפן א דערציערישע ריכטונג אין דעם לעבן פון דער יידישער קהילה, און מיט פול מי און איבערגעגעבנקייט האבן זיי עס געטאן.

אין יאר 1932 האט די אגענטינער רעאקציאנערישע רעגירונג געשלאסן די באראכאוו שולן.

אין יאר 1934, ווערט געגרינדעט די צווישא, דורך די לינקע פועלי ציון עסרנים. עס ווערן געגרונדעט די שלום עליכם שולן, מיט א וועלטלעכע יידישע ציוניסטישע רוכטונג. די ערשטע צענדליקער יארן, האבן די קינדער געלערנט אין צוויי טורנעס (פרימארגן און נאכמוטאג). די שול האט געמוזט קאנקורירן מיט גוטע מלוכה שולן, אומזיסטע. א האלבן טאג האט מען געלערנט אין דער צלוכה שול, און די צוויטע העלפט אין דער יידישער שול. עס זענען אויך געווען אוונט קורסן פאר דער יוגנט. אין פארלויף פון די יארן האבן די אוונט קורסן זיך פארוואנדלט אין דער "שלום עליכם" מיטלשול (נאכמוטאג און אוונט).

ס'איז געשאפן געווארן א לערן-פראגראם מיט א הויכן פעדאגאגושן צוגאנג צו וועלטלעך יידיש חינוך און בליק צום יידישן פאלק און ארץ ישראל. די מערהייט פונעם דידאקטישן מאטעריאל איז געשאפן געווארן דורך די לערעס אליין. "זוכן לערערס" איז געווען דער ערשטער שטאפל. די ערשטע לערערס זענען געבראכט געווארן פון דער קאלאניע "מאזעסוויל" (חיים וואסערשפרונג און חנה טענענבוים). פון ארגענטינער לערער סעמינאר זענען צוגעקומען פאני קארדונער און לידיא פעמאץ. מיט דער צייט, און מוטן וווקס פון דער צאל תלמידים און קלאסן, האבן זיך אנגעשלאסן בונדערטער לערעס, פון קינדערגארטן ביז דער מיטלשול.

פרייוויליקע שול-עסקנים פלעגן באזוכן יידישע משפחות און "מאכן קינדער", דאס הייסט, פארשרייבן יידישע קינדער אין דער שול, כדי צו באקומען יידישע דערציונג, און אזוי אויסמיידן אסימילאציע. מ'האט געדארפט צאלן שכר לימוד, אבער די פארוואלטונג פון דער שול איז נישט מוותר געווען אויף קיין קינד, אפילו ווען די משפחה האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן. איז כדי צו צעקן די "לעכער" אין בודזשעט, האט מען זיך אויך אפגעגעבן צו "שאפן געלט" (שפנדונגען, בייטראגן, אונטערנעמונגען, א.א.וו.).

און 1942 איז אויפגעשטעלט געווארן די צענטראלע שלום עליכם שול, אויף דער גאס סרנו 341, אין דער געגנט וויזשא קרעספא, אין בוענאס איירעס. מיט דער צייט, האבן אין דער צענטראלער שלום עליכם שול געלערנט צוויי טויזנט תלמידים (פון קינדערגארטן ביז דער מיטלשול). אויך אין די געגנטן מאטאדעראס און פלארוצא זענען געווען שלום עליכם שולן.

אין מאנטעווידעא, אורוגוויי, איז אויך געשאפן געווארן די צווישא - שלום עליכם שולן.

אין די פופציקער יארן (1953) האט די צווישא געגרונדעט די זומער קאלאניע "קינדערלאנד", און אין די זעכציקער יארן (1962) איז דערעפנט געווארן די אינטעגראלע שול "רמת שלום" אין דער געגנט פון ראמאס מעכיא (אלגעמיינע לימודים לויטן מלוכה שול פראגראם, און יידישע העברעישע קעגנשטאנדן טעמאטיק).

די צווישא האט געהאט א פארלאג "שול ביבליאטעק", וואס האט געדינט די פארשידענע לימודים אין קינדערגארטן, אין אנהאנגס שול און אין מיטלשול אויף יידיש און אויף עברית (יידישע און העברעישע שפראך, יידישע און העברעישע ליטעראטור, יידישע געשיכטע, מוזיק, יידישקייט, א.א.וו.)

די פארמעלע שול לימודים זענען באגלייט געווארן מיט ספעציעלע קורסן און די ראמען פון מוזיק, טענץ, האנט ארבעט, קעראמיק, קונסט, א.א.וו.

אין שול זענען אין פארשידענע צייטן טעטוק געווען באוועגונגען ווי "אדעלי", "יוגנט געזעלשאפט קינדערלאנד", "באראכאו באוועגונג", "תנועת דרור", "נוף אש".

אין דער מיטלשול האט מען געלערנט יידיש, עברית, ליטעראטור, תנ"ך, יידישע געשיכטע, גמרא, אגדה, ידיעת הארץ (ישראל קענטענישן, געאגראפיע), סאציאלאגיע, פסיכאלאגיע, דידאדטיק, פעדאגאגיע. ביים ענדיקן די לימודים אין דער מיטלשול, איז די מערהייט פון די אביטוריענטן געפארן זיך פארפולקומען אין "מכון גרינברג" פאר לערערס אין די תפוצות, וואס האט געהערט צו דער מחלקה לתדבות בגולה אין דער ציוניסטישער ארגאניזאציע אין ירושלים. נאך א יאר לערנען אין ירושלים, ביים צוריק פארן קיין ארגענטינע, האבן זיי זיך אנגעשלאסן אין דער חינוך טעטיקייט אלס לערערס אין די שלום עליכם שולן און אין אנדערע אנשטאלטן אין דעם שול וועזן אין ארגענטינע.

די עלטערן פון די קינדער און די שול עסקנים, אחוץ די עקאנאמישע שטיצע פאר דער צווישא (ביישטייערונגען, שפענדונגען, אינטער-נעמונגען, א.א.) האבן אויך געשאפן טעטיקייטן און קולטור ראמען פאר דערוואקסענע: "נאציאנאל יידישער פאלקס טעאטער", כאר, רעפעראטן, פאפולערע יידישע אוניבערסיטעט א"נ פון יעקב זרובבל, א.א.

אין פארלויץ פון די יארן האבן באזוכט די שול פול פערזענלעכקייטן פון דער יידישער און פון דער אלגעמיינער וועלט, שרייבערס, קונסטלער, קהילה מנהיגים, פרעזידענטן, מיניסטערס (פון ישראל און פון דער גארער וועלט), פעדאגאגן, א.א.וו.

די הויכט אנפורער פון דער צווישא, ביז די זעכציקער יארן פון צוואנציקסטן יארהונדערט זענען געווען יונה קאווענסקי (פארזיצער) און חיים פינקלשטיין (דירעקטאר פון דער שלום עליכם שול און גענעראל סעקרעטאר פון דער פארטיין).

היינט צו טאג, זעצט פאר די שלום עליכם שול איר טעטקייט אלס אינטעגראלע שול.