רפאל בלום

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון רבי רפאל בלום)

רבי רפאל בלום (נפ' כ' אדר ה'תשס"ה) איז געווען דער קאשויער רב. א גרויסער עניו צדיק און גאון און לוחם קעגן אלע מאדערענע זאכן וואס זענען נאר פארגעקומען.

ער האט אויפגעשטעלט אסאך תלמידים און חסידים וואס זענען פארשפרייט אין גאנץ ניו יארק, אממערסטענס אין וויליאמסבורג און בארא פארק און אויך אין מאנסי, און אזוי אויך אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע.

יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט געלערנט אין דער ישיבה פון הרב שאול בראך, שטאטס רב פון קאשוי. פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה האט ער געפירט א ישיבה אין מיכאלעוויץ (דעמאלסט טשעכעסלאוואקיי). נאך דער מלחמה איז ער צוריק קיין קאשוי וואו די פארבליבענע רעשטלעך אידן וואס האבן זיך צוזאמגעקליבן דארט, זיינע חברים תלמידים פונעם פריערדיגן רב ר' שאול בראך האבן אין איהם געזעהן פאר די פאסיגסטע מענטש צו צוריקשטעלן די חרוב'ע שטאט מיט אלע רוחניות'דיגע פונקציעס.

רבנות אין קאשוי[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען ער איז געווארן רב אין קאשוי נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט זיך געשאפן א התנגדות מצד די נעאלאגישע אידן דארטן, צוליב וואס ער איז געווען א תלמיד פון ר' שאול בראך זי"ע וואס האט געקעמפט מיטן גאנצן כח אנטקעגען זיי. די ארטאדאקסן האבן צום סוף אויסגעפירט און ער איז געווארן רב, ווי אויך האט ער דארט אוועקגעשטעלט א בית דין צוזאמען מיט ר' יצחק אייזיק אייכענשטיין מ'קיוויאשד פאר אלע שאלות וואס האבן זיך געמאכט, ער האט דארט מתיר געווען אריבער 800 עגונים ועגונות.

א אינטערעסאנטער פאקט איז אין איינעם פון די ביכער אויף דער שטאט קאשוי ווערט דערמאנט אז אין ערשטן יאר נאכן קריג אין די ימים נוראים איז נאך געווען צוויי מנינים די ארטאדאקסן און די נעאלאגן, שוין דעמאלט איז געווען א סאך גרעסערער עולם ביי די ארטאדאקסן, און אין דעם צווייטן יאר איז שוין נאר געווען איין מנין די ארטאדאקסן, וואס ווייזט זיין השפעה וואס ער האט געהאט אין קאשוי, אויך ווערט דארט דערמאנט אז ער איז טאקע געווען רב אין קאשוי אבער געפירט האט ער גאנץ סלאוואקיי.[1] (ארכיווירט 11.03.2007 ביי דער Wayback Machine)

אהבת ישראל[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די נאענטע תלמידים ווייזן אן אז טראץ זיין פובליקע בילד פון קשה כארז, וואס ער האט געניצט אין זיינע מלחמות, איז ער געווען פונקט פארקערט, זיין פריווטאטער ליבליכער שמייכל איז געווען רך כקנה. זיי פלעגן הנאה האבן פון זיין פאטערליכער ליבשאפטליכער שמייכל בשעת ווען זיי האבן אים זיך מיעץ געווען מיט אלע זייערע פערזענליכע שאלות און פראבלעמן, פון ביזנעס פרנסה און סתם הויז און משפחה ספיקות. זיי זאגן אז אזא פיינער מענטש איז נישט געווען אין דעם דור.

התמדה בתורה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געווען א מתמיד עצום און געלערנט שטענדיג פון צופרי ביז אויפדערנאכט, דורכאויס זיין גאנץ לעבן האט מען איהם אייביג נאר געטראפן אין בית המדרש איבער א גמרא.

ישיבה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט געגרינדעט זיין ישיבה אהל שמואל אין וויליאמסבורג, דערנאך איז די ישיבה געווען אין אירווינגטאן און שפעטער אין יאר תשל"ט האט ער זיך ארויסגעצויגן צוזאמען מיט די ישיבה אין קרית קאשוי.בעדפארד היללס נוא יארק.

זייענדיג ווי אויבן דערמאנט א רך כקנה האט ער אריינגענומען אין דער ישיבה אפילו בחורים וואס זענען נישט געווארן אנגענומען אין אנדערע ישיבות, צווישן זיי איז געווען אשכנזישע אין יעקישע וואס האבן נישט געהאט קיין בערד, ער האט מיט זיי זיך אפגעגעבן אין רוב זענען צום סוף געווארן חסידישע אידן אין אויפגעשטעלט חסידישע שטיבער.

דאס אננעמען אשכנזישע אין יעקישע בחורים האט געמאכט א רושם כאילו די ישיבה איז מאדערן. רבי אהרן טייטלבוים האט אמאל ביי א דרשה דאס ערווענט קעגן אים אז ער זאגט מוסר פאר אנדערע און זיינע תלמידים גייען אסאך אן קיין בערד און זענען זייער מאדערן, כאילו ער זאל קודם מאכן אייגענע בדק הבית.

ער איז קודם געווען ראש ישיבה אין צעהלים. און אזוי ווי ער איז געווארן באפוילן פון זיין רבי׳ם דער סטראפקאווער רב אז ער זאל בלייבן ראש ישיבה נאר אויב ער איז פולקאם בעה"ב, האט ער מיט דער הסכמה פונעם צעהלימער רב געעפנט זיין אייגענע ישיבה.

עס דארף באמערקט ווערן אז ער איז געבליבען בידידות מיטן צעהלימער רב, אפילו די בחורים זענען מיטגעגאנגען מיט אים, און די צעלימער ישיבה האט זיך פארשפארט. למשל דער בנין וואס ער האט געהאט אין וויליאמסבורג פאר דער ישיבה איידער ער איז ארויס קיין אירווינגטאן האט ער פארקויפט פאר צעהלים, וואו עס איז געווען דער צעלימער חדר. אזוי אויך דערציילן די תלמידים אז אומצאליגע מאל פלעגט דער צעהלימער רב אריבערשפאצירן די ישיבה אויף ראס סט. פלעגט ער זיך אפשטעלן.

לוחם מלחמות השם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געווען א תלמיד פונעם פריערדיגן קאשויער רב ר' שאול בראך זי"ע האט ער גענומען אויף זיך צו זיין דער שומר הדור, און פונקט ווי די רבי'ס פון זיין רבי דער חתם סופר און דער מהר"ם שיק איז ער געשטאנען ווי א געטרייע זין וואס היט אויפן טאטעס פארמעגען זאל נישט ציגרינד גיין, אין לוחם געווען אינטערען פאהן פון חדש אסור מן התורה, אויף יעדער נייער זאך וואס איז געווען לויט אים א פירצה ווייל דאס קען שאטען פאר כלל ישראל.

  1. קרית יואל סקול דיסטריקט, צוליב אראפנעמען די מזוזות, אין איסור מצד די רעגירונג צו דערמאנען דארט דעם שם ה' אלס רעליגיע, כאטשיג מען מעג עס דערמאנען אז עס דא אזא אמונה.
  2. אפיס ארבעט פאר פרויען, צוליב צניעות אין יחוד.
  3. קעגן די התרשלות אין ניקור,
  4. קעגן די פראטעסטן פון קברים גראבונגען דורך דייטשלאנד צוליב התגרות באומות.
  5. עירוב אין וויליאמסבורג , און בעיקר קעגן די פריוואטע גאסן עירוב, צוליב התנגדות פון סאטמארער רב.
  6. די ערשטע מוחה צו זיין קעגן קאמפיוטער — וואס איז דאן געווען אומפארשטענדליך — אבער היינט איז עס א דבר פשוט אזוי ווי אלע האקן היינט אויף קאמפיוטער.
  7. מוחה געווען קעגן ארגאניזאציעס ווי אוי. די. עי. א.ד.ג. פארן געבן כבוד און עפענטליך שטיצן מעיאר עד קאטש, נאכדעם וואס די התאחדות הרבנים און צווישן זיי די וואס האבן אים אויפגענומען האבן געשריבן א איסור אים מכבד צי זיין, (די סאטמארער רב האט דעמאלטס געזאגט אז ער און אלע רבנים האבן אונטערגעשריבן ווייל קאשויער רב האט אונטערגעשריבן.) צוליב תועבה פראגעס וואס איז דעמאלטס געווען א נייע זאך. (היינט שטיצן עס שוין ליידער מער פאליטיקער)

און אזוי ווייטער אסאך מחאות, פארשטייט זיך אז עס זענען געווען רבנים וואס האבן מתיר געווען די זאכן אבער ער האט גע'אסר'ט. אזוי ארום האט ער זיך פארשאפט אן עקסטרעמער נאמען, אבער אפילו זיינע קריטיקירער זענען שפעטער געקומען צו איהם בעטן ברכות און כאפן א בליק אויף דעם צדיק.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיינע זין:

  • ר' אליעזר חיים בלום זצ"ל זיין ממלא מקום האט געוואוינט אין מאנסי, געהייראט מרת צפורה טאכטער פון רבי מרדכי פריעדמאן שו"ב, פון יאס, בוקארעסט, וויליאמסבורג.
  • ר' שאול שלום בלום, האט געהייראט מרת הינדא טאכטער פון הרב משה סג"ל הי"ד.
  • ר' שמואל מאיר בלום, האט געהייראט מרת מרים, טאכטער פון הרב מרדכי שווארץ הי"ו פון שיכון סקווירא.
  • ר' משה מנחם בלום, האט געהייראט מרת פייגא רחל, טאכטער פון הרב דניאל בריסק.
  • ר' אברהם שלמה בלום, האט געהייראט מרת חיה פייגא, טאכטער פון הרב חיים יעקב ראזנער אב"ד טערצאל ולייפהיים. ער האט געגרינדעט און איז דער ראש ישיבה פון ישיבה אהל רפאל אין וויליאמסבורג און מחבר ספרי ישא ברכה אויף ש"ס.
  • ר' שמחה ישראל בלום אב"ד תולדות רפאל און גרינדער פון מוסדות תולדות רפאל אין וויליאמסבורג. האט געייראט מרת רבקה חיה דרעזיל, טאכטער פון הרב משה דוב וויינבערגער, וועלכער איז געווען דער רב פון פאייער קהילה אין וויליאמסבורג.
  • ר' אשר יעקב בלום ז"ל, געווען געהייראט צו דער טאכטער פון הרב ברוך מילער ז"ל, ראש כולל פון מבצר הכוללים דקרית יואל
  • ר' יוסף יושע העשיל בלום, אב"ד קרית קאשוי, האט געהייראט מרת יטל, טאכטער פון הרב משה שמעון וואסערמאן.
  • ר' עקיבא דוד בלום, האט געהייראט מרת חי' רבקה, טאכטער פון הרב אברהם בער גרינוואלד ז"ל פון מאנסי.
  • ר' אהרן יודא בלום, אב"ד קאשוי וויליאמסבורג, געהייראט די טאכטער פון הרב אלעזר קליין זצ"ל אב"ד באר שבע.

זיינע טעכטער און איידימער:

דרויסנדיגע פארבינדונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]