לדלג לתוכן

קעטשאפ

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון קעטשופ)
דריי ערליי קעטשאפ

קעטשאַפּ איז א צושפייז צום עסן און איינצוטינקען געמאכט פון טאמאטע זאפט. עס קען ווערן אריינגעלייגט אין קעטשאפ אחוץ טאמאטעס אויך זויערס, זאלץ, פעפער, נעגלעך, צימערינג, ציבל און צעלער.

אמאל פלעגט מען עס מאכן פון א סארט שוואמען און געווירצן. מע קען נאך היינט טרעפן די סארט קעטשאפ אין פארשידענע לענדער צב"ש בריטאניע.

עס ווערט בעיקר גענוצט איינצוטונקען פרייס, טשיפס און און אזוי אויך פלייש.

עס איז אויך א הויפט באשטאנדטייל אין פיצא.

דער הויפט פראדוצירער פון קעטשאפ איבער דער וועלט איז היינז.

עס זענען פארהאן פארשידענע ערליי קעטשאפ: זיסע, זויערע און שארפע.

קעטשאפ ווערט געגעסן מיט פלייש, פרענטש פרייס, מען ניצט איר אין פיש רעסעפיס, "א אמעריקאנישער טשאלנט" וועט געווענטליך ווערן אזוי גערופן צוליב די קעטשאפ וואס די אמעריקאנער פירן זיך צו לייגן אין דעם טשאלנט.