לדלג לתוכן

טשאלנט

פֿון װיקיפּעדיע

טשאָלנט (שאלעט אויף יידיש דויטש,) איז אן עסנווארג-געמיש פון פארשידענע באנדלעך, קארטאפל גערשטן און פלייש.

אזוי ווי ס'שטייט אין די תורה אז מ'טאר נישט קאכן שבת, ווייל דאס איז א מלאכה פון בישול, איז די איינציגע מעגליכקייט פון עסן ווארעמס שבת בייטאג צו האלטן ווארעם א מאכל. טשאָלנט איז אזא מין מאכל וואס מ'קען האלטן ווארעם פאר א לענגערע צייט. דער מנהג פון עסן טשאָלנט שבת איז פארשפרייט אין אלע אשכנזישע לענדער.

דער מנהג פון עסן ווארעמס איז דירעקט געווארן איינגעפירט להוציא מלבן פון די קראים וואס האלטן אז מע טאר בכלל נישט עסן קיין ווארעמס שבת.

אין רוסלאנד איז עס באשטאנען פון קאשע און אין די אראבישע לענדער איז עס אויך אנדערש.

ס'דא וואס לייגן אויך אריין די אייער פאר די אייער-צוויבל אין דעם טשאלנט.

דער מנהג אין די אמאליגע שטעטלעך אין ארייראפע פלעגט זיין אז יעדער פלעגט טראגן ערב שבת דעם טאפ טשאלנט צום בעקער, וועלכער האט געהאט א גרויסן אויוון, וואו עס האט זיך געהאלטן ווארעם ביז שבת אינדערפריה אינמיטן די סעודה ווען מען האט עס אָפּגענומען.

דער הויך פונקט פון אלע שבתדיגע געשמאקע עסן איז דער טשאָלנט, ביי אסאך קען שוין קוים אויסווארטן ביז שבת צופרי צו טועם זיין דעם טשאָלנט, און מען איז טועם פרייטאג אויך.

איינע פון די נאכווייען פון דעם געשמאקן שבת מאכל איז אז עס איז גורם צו אסאך גאז. דאס געשעהט צוליב דעם וואס די פייבער פון די באנדלעך זענען שווער צו פארדייען און עס לאזט בלעזלעך, אויף דעם איז דא אן עצה אז מ'לאזט די באנדלעך ווייקן דאנערשטאג א גאנצען נאכט פאר מ'קאכט דאס אפ. אזוי ארום נעמט דאס אוועק אביסל פון די הארטנעקיגער שטארקע פייבער און די ארבעט פון די געדערעם איז גרינגער צו לאזן ווייניגער באבעלס.

אויך איז פארהאן א מנהג אריינצולייגן קישקע (ווערט אויך גערופן מעל קוגל) אין דעם טשאלנט.

טייל מענטשן מיינען אז דאס ווארט „טשאָלנט" שטאמט פון אַלט פראַנצויזיש chaud-lent וואס מיינט עס ווארעמט זיך פאמעלאך, אבער די מבינים האלטן אז דאס איז א טעות, און דאס ווארט שטאמט פון לאטייניש: calentem (קאלענטעם) ד.ה. וואס ווערט געקאכט.