פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מערץ 6
מראה
- זון פון רעפובליקאנער פארטיי פראנט ראנער, רודי זשוליאני, טרעט אויף אויף נאציאנאלער טעלעוויזיע און גיבט אינטערוויו פארן ניו יארק טיימס צו באשמוצן זיין טאטע: אלס א בעסערער פרעזידענט פאר אמעריקע ווי א טאטע פאר זיינע קינדער, ווערט געצילט שאדן מאכן פאר זשוליאני וואס ווערט באטראכט צו ליבעראל פאר די פרא-משפחה וויילער פון די קאנסערוועטיווער באזע וואס זענען די רוב ביי די רעפובליקאנער. (ניו יארק דעילי ניוז)
- ארץ ישראל רויט לייט: שאקירנדער טראגעדיע באטרעפט משפחה אין קאר עקסידענט ביידע עלטערן שטארבן דריי קינדער פארוואונדעט. (ען.אר.זשי.)
- חברון: שלום עכשיוניקעס בעטן צו ווארפן ציון פון אידישער טעראריסט, ר' ברוך גאלדשטיין נאכער וואס כ"ךניקעס זענען זיך משתטח אויף זיין קבר לרגל זיין יארצייט מיט גרויסער פורים צערעמאניע. (גלי צה"ל)
- איחוד הצלה דערפענט שבת שפיטאל אין מירון ביים קבר פון ר' שמעון בר יוחאי. (בח"ח)
- ר' אהרן כהן פון נטורי קרתא מאנטשעסטער וואס האט בזוכט איראן האלאקויסט קאנפארענץ מאכט חתונה קינד אין אנטווערפן. (חדשות אנטווערפן לונדן)
- אידישער ביליאנער פון מישיגען מנדב 75 מיליאן דאלער צו בויען נייעם 14 שטאקיגער געביידע פאר הדסה שפיטאל אין ירושלים. (פרייפרעסע)
- ניו יארק פאסט באשולדיגט טויטען פון קאר עקסידענטס אין אפסטעיט ניו יארק אויף די ענווייערמענטאליסטען, צוליב דעם וואס זיי לאזן נישט בויען סעלפאון טורעמעס ווייל עס שעדיגט לויט זיי די סביבה. (ניו יארק פאסט)
- לויט די בי.בי.סי. אנקעטע האט ארץ ישראל די וועלטס ארגסטער בילד. (זשעי. פאסט)
- ר' מרדכי דוד אונגערס חסידים שפירן אז באבובער רבי האט שוין געלייגט אן אויג אויף זייער נייער באדן פאר 40 יאר צוריק. (זשעי. פאסט)
- אשדוד: חרדישער טאטע באשפריצט פרעמד בחור אויפן פנים נאכדעם וואס יענער שרייט נאך פארשעמונגס נעמען אויף זיין טאכטער וואס שאדט פאר שידוך. (אשדוד נייעס)
- שרייבער פון סלעיט מאגאזין באוויינט אין א לענגערען ארטיקל אין וואשינגטאן פאסט, די אויסמעקונג פון איר ביאגראפיע אלס נישט גענוג באקאנט צו פארבלייבן אין ענגלישער וויקיפעדיע, לויטן וויקיפעדיע:מפורסם פאליסי פועלט דערנאך אויס אפצושרייען די גזירה און פארבלייבט יא אלס באקאנטער פערזאהן וואס פארדינט אוטאוביאגראפיע אין אן אנציקלאפעדיע ווי וויקיפעדיע. (ען.אר.זשי.)
- ש"ס פארטייס צייטונג יום ליום אין העסליכער אנגרייף ארטיקל אויף דעם עסקן ר' דודי זילבערשלאג. (ען.אר.זשי.)
- נייער טרענד און מארקעט: זעקל ערד פון ארץ ישראל ווערט פארקויפט פארן פרייז פון 20 דאלער. (ען.אר.זשי.)
- בלוט קלאט געפינען אין דיק טשעיניס פוס. (ניו יארק פאוסט)