ברוך גאלדשטיין

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ד"ר ברוך גאלדשטיין, איז געווען א דאקטער און בעל תשובה וואס האט געוואונט אין חברון ביז איין טאג אין פורים האט ער גענומען א ביקס און דערשאסן אויף טויט צענדליגע אראבער וואס האבן זיך געהאלטן אינמיטן בוקן אין מערת המכפלה; אלס נקמה פאר די פילע אידישע בלוט וואס זיי האבן פארגאסן אין חברון, זייענדיג נאנט באקאנט מיט די פילע קרבנות צוליב זיין דארטיגע ארבייט צו ראטעווען זייער לעבן אלס דאקטער[פֿעלט אַ מקור].

די פולע געשיכטע און אלעס ארום זיין לעבן און אויפטון אין חברון, ווערנדיג אנגערופן א היסטארישער העלד, פאר זיין העאראישע אקטן מיט מסירות נפש, איז באשריבן אינעם דיקן ביכל ברוך הגבר וואס איז ערשינען נאך זיין אומקום, און איז פארבאטן געווארן צום פארקויפן אלץ ראסיסטישע ארטיקל, אבער איז ווידער ערשינען נאך א צייט פארן פובליקום, און היסטאריע זאמלער.