פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 יאַנוואַר 18
מראה
- א באריכט פונעם עידזשאפ קאנווענשאן פון קירוב רחוקים פראפעסיאנעלער: די אינדוסטריע פון בעלי תשובה פרודאקציע האט זיך ציוואקסן ארויס פון אלע גרענציעצן. באקענט זיך מיט די נייע נומערען, פאקטן און בוזשעטען: זאב וואלפסאן אליין גיט יערליך 50 מיליאן דאלער בלויז פאר ארץ ישראל פעולות אויף אמעריקאנער אידן. (ר' יצחק אלדערשטיין)
- מאנסי: לעצטנס האבן זיך געמאכט אסאך קאר גניבות אין מאנסי און אין ספרינג וואלי, ווי מען האט געגנבעט ווערטפולע חפצים פון די קאר'ס, ווי צום ביישפיל GPS סיסטעם'ס, סעליולער טעלעפאנס, אין לעפטאפ קאמפיוטערס, און ווערן דערנאך פארקויפט אויף אי. בעי. (בילד פון איינע פון די גניבות)
- סאבוועי טשעין סטאר עפענט גלאט כשר געשעפט אין ברוקלין. בילדער פון נייעם סיין אויף עוועניו דזשעי הויפט גאס אין פלעטבוש (חיים רובין)
- פאטאלער טראגעדיע אויף די סכנהדיג הייוועיס פון ארץ ישראל: עמי פופר, א באקאנטע בעל תשובה וואס דינט לעבנסלענגלעכער טורמע אורטייל פאר שיסן 7 אראבער הרגעט זיין ווייב און קינדער אין קאר עקסידענט אויפן וועג צוריק פון אפרוה אין אילת. (בחדרי חרדים)
- הארץרייסענדער דאפעלטער טראגעדיע: בחור פאלט צוזאם אין חלשות ביים טאטעןס לויה און שטארבט. (בחדרי חרדים)
- פארבס: די רייכסטער איד אויף די וועלט, שעלדאן איידלסאהן וואקסט איבער ביל געיטס, און 5 יאר איז ער די רייכסטער אין אמעריקע. (די מארקער)
- אהרונים ראטעווען דערווייל אפ זייער נייע בילדינג אויף ווייט עוועניו פון פארקויפט ווערן פאר אנדערע. (כל העולם כולו)
- מאדנע עד אין דבר יום ביומו: פיש זאפט פאר שלוש סעודות. (כל העולם כולו)
- אשכנזי רב הראשי, ר' יונה מצגר בעט וועלט זאל זיך אויפוועקן צו די סכנה פון איראן. (שירו לו)
- בילד פון קאר עקסידענט אין בארא פארק. (ישיבה וועלט)
- סאטמאר רבי ר' אהרן טייטלבוים פארופט אין איילעניש א מאסן פיקעטינג אין מאנהעטן ביים מדינת ישראל קאנסולאט צו מוחה זיין אויפן ארעסט פון אברהם זארביב. (כל העולם כולו)
- היסטאריש בילד פון גאווערנער עד רענדעל פון פענסעלוועניע ווערט איינגעשוואורן דורך אדמו"ר מיט ברכה אויף זיין קאפ. (פילי.קאם)
- דעמאקראט געוועזענער פרעזידענט דזשימי קארטער: פאליסטינער ראקעטען איז נישט טעראר. (וויינעט)