ענדזשעלע בוקדאל
געבורט |
8 יולי 1972 (אלט 52) סעאל, דרום קארעע |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
פאך | רב |
ראביי ענדזשעלע בוּקדאַל (פולע נאמען אין ענגליש: Angela Warnick Buchdahl) איז א חזן'טע און ראביי, מוזיקער און גיטאריסט וועלכע דינט איצט די אמטן אינעם פּרעסטידזש-פולן צענטראַלן סינאַגאָג אין מאנהעטן און איז דעריבער געווארן א באקאנטע פיגור אין די פאראייניגטע שטאטן.
זי איז באקאנט אלס די ערשטע אזיאנער אפשטאמיגע פרוי צו ווערן חזן אין אמעריקע, ווי אויך אלס בכלל די ערשטע פרוי צו ווערן אויפגענומען סיי אלס חזן און סיי אלס ראביי.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ראביי ענדזשעלע איז געבוירן אום כ"ו תמוז ה'תשל"ב אין סעאל, דרום קארעא אלס Angela Lee Warnick צו איר קארעאישער בודהיסטישער מוטער און יידישן פאטער פון ראמענישן אפשטאם.
זייענדיג פינעף יאהר אלט, האט זי זיך געצויגן מיט די פאמיליע קיין טאקאומע, וואשינגטאן וואו זי איז אויפגעצויגן געווארן יודיש און פון קינדווייז אהן איז זי שוין אקטיוו געוועהן אלס פיהרער אין די ארטיגע יודישע אקטיוויטעהטן. אזוי אויך שפעהטער אלס סטודענט האט זי אנגעפיהרט די לידער אין די רעפארם קעמפ אין קאליפארניע.
ווען זי האט באזוכט ישראל ביי די זעכצן יאהר, האט זי אינאכט גענומען אז טייל יודן באטראכטן איהר נישט אלס יוד צוליב וואס איהר מאמע איז קארעאיש. זי האט באצייכנט דעם עפיזאד אלס פיינפוהל. ביי די 21 יאהר איז זי אריבער א אפיציעהלער גירות.
קאריערע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זי האט שטודירט אין יעיל אוניווערזיטעט פון וואו זי האט גראדואירט אין 1994 און דערנאך אין היברו יוניאן קאלידזש.
אין יאהר ה'תשנ"ט איז זי נסמך געווארן אלס חזן און אין ה'תשס"א אלס ראביי.
זי איז צום ערשט געווען אסיסטענט ראביי און קאַנטאָר אין די וועסטשעסטער רעפארם טעמפל ביז אין 2006 ווען זי איז אויפגענומען געווארן אלס חזן שני אין צענטראל סינאגאג און אום ג' תמוז ה'תשע"ד (יולי 4 2014) האט מען געשטימט איהר אויפצונעמען אויך אלס סיניאר ראביי איבערצונעמען דעם ארויסגייענדן ראביי פיטער רובינשטיין. די אפיציעהלע אויפנאמע איז פארגעקומען אין כ"ד אלול ה'תשע"ד.
זי איז זייער פאפולער און דורכאויס איהר דינסט אין די קהילה האבן זיך די מעמבערס געדאפלט.
זי האט א גרויסן איינפלוס בכלל אין די רעפארם באוועגונג און אין די תשע"ב ניוסוויק איז זי אויסגערעכנט געווארן צווישן די "פופציג מערסטע איינפלוסרייכע ראביי'ס".
זי ערשיינט אויך אין די דאקומענטארער פילם אכצן שטימעס זינגען כל נדרי.
זי האט א גוטן חוש פאר הומאר וועלכע איז שטארק קענטיג אין איהרע רעהדעס.
אין חנוכה ה'תשע"ה איז זי געלאדענט געווארן דורך פרעזידענט באראק אבאמא צו צינדן די חנוכה ליכט אינעם ווייסן הויז, וואו זי האט צווישן אנדערן געזאגט אז זי איז פרייליך צו זיין צווישן אזויפיל "יודישע מאכערס"....
זי איז א שטארקע שטיצער פון מדינת ישראל.
שטימע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זי קען זייער גוט קאנטראלירן איהר אייגנארטיגע זיסע און געשמאקע שטימע און זי דערגרייכט דערמיט צו גאנץ הויכע אקטאוועס מיט אן אויסערגעוועהנליכע געפיהל.
איהר שטימע איז זיס אבער אויך אביסל דיק און שטארק, וועלכע איז אייגנארטיג פאר א פרוי חזן.
פערזעהנליך לעבן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זי איז פארהייראט און וואוינט אין ניו יארק סיטי מיט איהר מאן יעקב, א באריהמטער אדוואקאט, און זייערע דריי קינדער; אלי, רויזע און גבריאל.
פון איהר מוטער'ס זייט שטאמט זי פון די גרעסטע מענטשן אין קארעא געשיכטע.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- איהר איינלייטונגס דרשה אין צענטראל https://www.youtube.com/watch?v=Kjs9m0X-BHo
- זי זאגט כל נדרי https://www.youtube.com/watch?v=c8lUE6y9euY
- זינגט אין צענטראל מיט חזן קאדרעין https://www.youtube.com/watch?v=dmIaYq902q8
- א דרשה אום יום כיפור איבער ישראל https://www.youtube.com/watch?v=eVXb_DLvUBY
- א דאקומענטרי איבער איהר אפשטאם פון ביידע זייטן https://www.youtube.com/watch?v=OQq7VVk6Zaw
- צינדט ליכט אינעם ווייסן הויז https://www.youtube.com/watch?v=PUSsj0GL_e4
- די נייעס אין וואל סטריט דזשורנאל איבער איהר אויפנאמע http://online.wsj.com/news/articles/SB10001424052702304149404579326540478713408
- http://mybatmitzvahstory.org/cool-profiles/angela-warnick-buchdahl