עמי (מאגאזין)

פֿון װיקיפּעדיע
עמי
amimagazine.org
לאגא

עמי (העברעיִש: עמי,מיין פֿאלק; ענגליש: Ami) איז א אידישער מאגאזין אויף דער ענגלישער שפראך, וואס ערשיינט וועכנטליך.

דער מאגאזין באשטייט פון דריי ביילאגעס; די הויפט ביילאגע; א פרויען אפטיילונג, וואס איז גאר פאפולער און פארמאגט ארטיקלען, אינטערוויוס און רעצעפטן; א קינדער און צענערלינג ביילאגע, מיט אינהאלט צוגעפאסט פאר זייער יארגענג.

דער מאגאזין איז געעפנט געווארן אין 2010 דורך א מאן און ווייב, יצחק און רחל פראנקפורטער פון בארא פארק, ביידע געוועזענע שרייבער פאר משפחה מאגאזין.

שרייבער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אברהם יעקב טערקלטויב, באקאנט מיט זיין צונאמען "טורקס", איז א אפיציעלער קארעספאנדענט צום ווייסן הויז. ער איז געווארן גאר בארימט מיט עטליכע יאר צוריק ווען פרעזידענט טראמפ האט זיך צושריגן אויף אים ביי א פרעסע קאנפערענץ ער זאל זיך אראפזעצן, נאכ'ן פרעגן א שאלה איבער אנטיסעמיטיזם.

שלמה זאיאנץ, א חסידישער אינגערמאן וועלכער שרייבט בעיקר פון זיינע רייזעס צו פארשטופטע לענדער.

דזשאן לאפטוס, אן אמעריקאנער שרייבער, וועלכער איז א געוועזענער ארמיי אינטעליגענץ אפיציר און א פראקוראר. ער שרייבט א וועכנטליכן רובריק, וואו ער גלייכט צו שרייבן איבער שפיאנאזש, מיליטער און קאנספיראציעס.

אייזיק הארוויץ, א שרייבער וועלכער שרייבט אויך פאר די העברעאישע בקהילה מאגאזין

ר' שת טויב, א רב, א שרייבער און טעראפיסט וועלכער ענטפערט פראגעס וואס ליינער שיקן אריין.

באשרייבונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

כמעט יעדן יום טוב אין זייער פארגרעסערטע אויסגאבעס לייגן זיי אריין באשרייבונגען פון באזוך וואס זייערע שרייבער האבן אפגעהאלטן, ספעציעל פון פלעצער וואו היימישע אידן באזוכן זעלטן, א שטייגער ווי צפון קארעע, אפגאניסטן, לבנון, איראק, סאודיע אראביע, קובא און טשערנאביל.

קאנטראווערסיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין וויליאמסבורג האבן די סיקריקים אנגעפירט א קאמפיין צו בויקאטירן דעם מאגאזין פון די געשעפטן, און טאקע גאר אסאך געשעפטן האבן זיך געבראכן צו דער טעראר און פארקויפן עס נישט.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זייער וועבזייטל - https://www.amimagazine.org/

קאווע שטיבל - http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=42&t=2533&sid=27b38c07a64adad06719f723c25faa97

אידישע וועלט - http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=91&t=22496