סנעפל

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

סנעפל (ענגליש: Snapple) איז א פאפולערער ברענד פון קאלטע טיי, לעמאנאדע, לייכטע פרוכט-טעם געטראנקען און וואסער זינט 1980. זיי פראדוציהרן עס אין גלאזערנע און פלעסטיק פלעשער.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די פירמע האט זיך ארגינעל געגרינדעט אין 1972 דורך צוויי שותפים אין ניו יארק וועלכע האבן דאן פארקויפט בלויז ריינע געזונטע פראדוקטן. זייער ערשטע מאסן-פראדוקט איז געוועהן עפל זאפט וואס זיי האבן א נאמען געגעהבן סנעפל (א צאמשטעל פון snappy און apple) און דער נאמען איז שוין געבליבן ביי אלע אנדערע פראדוקטן.

זייער סלאגאן איז: געמאכט פון די בעסטע מאטריאלן אויף דער וועלט. זיי האבן פראבירט צו מארקעטן זייערע געטראנקען אלס א געזונטערע אלטערנאטיוו צו די סאודע'ס און אנדערע ארטיפישל געטראנקען אין פלעשער.

פראדוקט אינפארמאציע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

כאטש זיי אייסערן זיך אז ס'איז אלעס נאטורלעך איז עס נישט אינגאנצן אזוי, ספעציעהל אז זיי נוצן קארן סירופ וואס אסאך געזונטהייט עקספערטן האלטן אלס גאהר שעהדליך. אין 2009 איז אריינגעגעהבן קעהגן זיי א קלאגע אז זיי רעקלאמיהרן פאלשע אינפארמאציע אויף זייער פראדוקט.

עכטע פאקטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

סנעפל האט זיך באקאנט געמאכט מיטן דרוקן אינטערעסאנטע פאקטן אויף די אנדערע זייט פונעם דעקל. זייער אסאך פון די פאקטן זענען אבער פאקטיש נישט קיין ריכטיגע פאקטן.

כשרות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

כמעט אלע פון זייערע געטראנקען האבן די הכשר פון די או. קעי. כשרות ארגאניזאציע, אויסער די פרוכט פאנטש און טרויבן פלעיווערס.

וועב לינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]