מייקל קאסטערליץ

פֿון װיקיפּעדיע
דזשאָן מייקל קאָסטערליץ
John Michael Kosterlitz
געבורט 22 יוני 1943 (אלט 80)
אַבערדין, פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פעלדער פיזיק פון קאָנדענסירטער מאַטעריע
וואוינארט פראווידענס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מוסדות
  • ברוין אוניווערסיטעט
  • בירמינגהאם אוניווערסיטעט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

דזש. מייקל קאָסטערליץ (ענגליש: John Michael Kosterlitz) ‏ (געב׳ 22סטן יוני 1943, אַבערדין) איז אַ בריטיש־אַמעריקאַנער פּראָפעסאָר פון פיזיק אין ברוין אוניווערסיטעט, וואָס האָט באַקומען אין 2016 צוזאַמען מיט דייוויד טאַאולעס און דאַנקען האָלדיין דעם נאָבעל פּרייז פאַר פיזיק פאַר זיין אַרבעט אין דעם געביט פון פיזיק פון קאָנדענסירטער מאַטעריע. ער איז דער זון פון דעם ביאָלאָג האַנס קאָסטערליץ.

ביאָגראַפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קאָסטערליץ איז געבאָרן געוואָרן אין אַבערדין, שאָטלאַנד, אין אַ יידישער משפּחה פון האַנאַ גרעסהערנער און האַנס קאָסטערליץ, וואָס האָבן פאַרלאָזט דייטשלאַנד נאָכן נאַצישן איבערקער אין 1934. ער האָט שטודירט אין קעמברידזשער אוניווערסיטעט און האָט גראַדואירט פון אָקספאָרדער אוניווערסיטעט אין 1969.

קאָסטערליץ האָט געהאַט אַ ריי פּאָסטדאָק שטעלעס און האָט אַ קורצע צייט געאַרבעט אין בירמינגהעם צוזאַמען מיט דייוויד טאַאולעס. אין 1982 האָט ער באַקומען די פּאָזיציע פון אַ פּראָפעסאָר אין ברוין אוניווערסיטעט.

פאַר זיינע ביישטייערונגען האָט קאָסטערליץ באַקומען די מאַקסוועל מעדאַל (1981), דעם לאַרס אָנזאַגער פּרייז (2000) און דעם נאָבעל פּרייז (2016).