לערי קינג

פֿון װיקיפּעדיע
לערי קינג
Larry King
געבורט 19 נאוועמבער 1933
ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 23 יאנואר 2021 (אלט 87)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לערי קינג (ענגליש: Larry King; געבוירן מיטן נאמען לארענס הארווי זייגער, Lawrence Harvey Zeiger; ‏19טן נאוועמבער 1933 - 23סטן יאנואר 2021) איז געווען אן אמעריקאנער טעלעוויזיע און ראדיא פערזענליכקייט און פילם אקטיאר וואס האט געוואונען פארשידענע אויסצייכענונגען פאר זיין ארבעט.

ער האט אנגעהויבן אין די 1950ער יארן אין פלארידע אלס א לאקאלער זשורנאליסט און אינטערוויוער, ביז אין די 1970ער ווען ער איז געווארן זייער פאפולער און געהאט זיין אייגענע פראגראם אויף CNN און שפעטער אויף הולו.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן אום א' כסלו תרצ"ד אלס לייבל לארענס הארווי זייגער צו יידישע ארטאדאקסישע עלטערן אין ברוקלין, ניו יארק - וואו ער איז אויפגעוואקסן.

זיין פֿאָטער, אן אימיגראנט פון עסטרייך, איז געשטארבן יונגערהייט און דער יונגער לייבל איז געגאנגען ארבעטן אין א רעסטאראנט צו העלפן שפייזן זיין פאמיליע.

קינג האט במשך זיין לעבן חתונה געהאט אכט מאל, דאס ערשטע מאל ביים עלטער פון 18 יאר צו פרידא מילער.

דעם 2טן יאנואר 2021 איז עס אנטדעקט געווארן אז קינג איז שפיטאליזירט געווען 10 טעג פריער ביי א שפיטאל אין לאס אנדזשעלעס נאך וואס ער איז געפונען צו ליידן פון קאוויד-19. דעם 23סטן יאנואר 2021 איז ער נפטר געווארן ביים עלטער פון 87 אין דעם סעדארס-סיני מעדיצינישער צענטער, לאס אנדזשעלעס.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לערי קינג

לערי קינג ביי דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע (אויף ענגליש)