ישראל שלום יוסף העשל
רבי ישראל שלום יוסף העשל זצ"ל (חשוון ה'תרי"ג - כ"ט מנחם אב ה'תרע"א), רבי אין מעזשביזש.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל שלום יוסף איז געבוירן חשוון ה'תרי"ג, צו זיין פאטער הרב אברהם יהושע העשל פון מעזשביזש, א זון פון הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל, פון זשינקאוו, א זון פון הרב אברהם יהושע העשיל, רב אין אפטא, "דער אוהב ישראל". און צו זיין מוטער מרת לאה רחל א טאכטער פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרמ"א איז רבי ישראל שלום יוסף געווארן דער ממלא מקום פון פאטער, און איז געווען רבי אין מעזשביזש דרייסיג יאר.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ישראל שלום יוסף איז נפטר געווארן כ"ט מנחם אב ה'תרע"א, אין דוויעזשניקא לעבן וויזשניץ, און ער ליגט אין אוהל פון צמח צדיק.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]בזיווג ראשון האט רבי ישראל שלום יוסף געהייראט אלול ה'תרכ"ו מרת שרה רבקה ( - כ"ה סיון ה'תרמ"ז), א טאכטער פון זיין פעטער הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא. זי האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.
בזיווג שני האט ער געהייראט מרת בת שבע טרינא הי"ד א טאכטער פון הרב יעקב שמשון חאדאראוו, רב אין באהופולי. זייערע קינדער:
- הרב אברהם יהושע העשל הי"ד (ה'תרנ"ב - ד' ניסן ה'תש"ג), פון מעזשביזש - טארניפאל. ער האט געהייראט מרת מרים א טאכטער פון זיין פעטער הרב יצחק מאיר העשל פון קאפיטשניץ.
- מרת חוה שרה, די ווייב פון הרב מרדכי שלמה פרידמאן (י"ג תשרי ה'תרנ"א - ה' אדר ה'תשל"א), באיאנער רבי פון ניו יארק.
- מרת מירל (ה'תרנ"ח - ד' אדר ה'תשמ"ב), די ווייב פון הרב מרדכי שלום יוסף פרידמאן (י"ז כסלו ה'תרנ"ז - כ"ט ניסן ה'תשל"ט), פון סאדיגורא-תל אביב.
- מרת לאה רחל הי"ד, די ווייב פון הרב שמואל פיינער פון קראקא.
- מרת חיה מרים סימא.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר