יצחק מאיר העשל (זשינקאוו)
מראה
געבורט | 1776 |
---|---|
טויט | 1855 (אלט 79 בערך) |
פאך | רב |
רבי יצחק מאיר העשל זצ"ל (ה'תקל"ו - א' אדר ה'תרט"ו), פון זשינקאוו.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יצחק מאיר איז געבוירן אין יאר ה'תקל"ו, צו זיין פאטער הרב אברהם יהושע העשיל רב אין אפטא דער "אוהב ישראל", און צו זיין מוטער מרת חיה שרה א טאכטער פון הרב יעקב פון טיטשין.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יצחק מאיר איז געווען די רעכטע האנט פון זיין פאטער, פון יאר ה'תק"ס איז רבי יצחק מאיר געווארן רב אין קאלבאסאוו, יארן שפעטער האט ער אנגענומען דאס מגידות אין זשינקאוו. דאס וואוינען אין זשינקאוו איז אים זייער געווען צום הארצן וויבאלד ס'איז נישט געווען דארט קיין קירכע.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יצחק מאיר איז נפטר געווארן א' אדר ה'תרט"ו.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יצחק מאיר האט געהייראט מרת מירל ( - י"ג מנחם אב ה'תר"ד) א טאכטער פון הרב חיים יעקב שטראם רב אין דוקלא. זייערע קינדער:
- הרב משולם זוסיא העשל (ה'תקע"ג - ג' אלול ה'תרכ"ד), פון זשינקאוו.
- הרב מענדל העשל, ער האט געהייראט מרת חיה מלכה א טאכטער פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין.
- מרת רחל, די ווייב פון הרב שמואל אשכנזי פון קאלוש.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר